17 אזוי טראגט יעדער גוטער בוים גוטע פירות; דער פארפוילטער בוים אבער גיט ארויס שלעכטע פירות.
א גוטער בוים קען נישט ברענגען קיין שלעכטע פירות, און א פארפוילטער בוים נישט ברענגען קיין גוטע פירות.
ווארום די פירות פון דעם ליכט באשטייען אין יעדער גוטסקייט און גערעכטיקייט און ווארהאפטיקייט—
אנגעפילט מיט דער פרוכט פון צדקות, וועלכע איז דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו ה׳ס כבוד און לויב.
צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר דעם האר, צו יעדער וואוילגעפעליקייט, און זיין פרוכטבאר אין אלע מעשים טובים און וואקסן אין דער דערקענטעניש פון ה׳;
די דאזיקע זענען אונטערוואסער פעלדזנס אויף אייערע ליבעסמאלצייטן, לאזן זיך וואוילגיין מיט אייך, פאשענדיק זיך אָן מורא; וואלקנס אָן וואסער, געטראגן פון די ווינטן; הארבסטיקע ביימער אָן פירות, צוויימאל געשטארבענע און אויסגעווארצלטע;