16 פון זייערע פירות זאלט איר זיי דערקענען. צי קלויבט מען דען וויינטרויבן פון דערנער, אדער פייגן פון שטעכלקעס?
אדער מאכט דעם בוים גוט, און זיין פרוכט גוט; אדער מאכט דעם בוים שלעכט, און זיין פרוכט שלעכט! מחמת פון די פירות דערקענט מען דעם בוים.
דעריבער זאלט איר זיי דערקענען פון זייערע פירות.
די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,
נאר עמיצער וועט זאגן: דו האסט אמונה, און איך האב מעשים? ווייז מיר דיין אמונה אָן די מעשים, און איך וועל דיר ווייזן מיין אמונה דורך די מעשים.
צי קען דען, ברידער מיינע, א פייגנבוים ברענגען איילבערטן, אדער א וויינשטאק פייגן? אויך קען א געזאלצענער (קוואל) נישט געבן קיין זיס וואסער.