14 ווי ענג איז אבער דאס טויער, און שמאל דער וועג, וואס פירט צום לעבן, און ווייניק זענען די, וואס געפינען אים.
אָט אזוי וועלן די לעצטע זיין ערשטע, און די ערשטע—לעצטע.
מחמת א סך זענען גערופן, ווייניקע אבער אויסדערוויילט.
גייט אריין דורך דעם ענגן טויער; ווייל געראם איז דאס טויער, און אויסגעברייטערט דער וועג, וואס פירט צו פארדארבונג, און א סך זענען עס, וואס גייען אריין דורך דעם דאזיקן.
היט זיך פאר די פאלשע נביאים, וואס קומען צו אייך אין קליידער פון שאף, אינעווייניק אבער זענען זיי פארצוקנדיקע וועלף.
און האט צוגערופן צו זיך דעם המון מענטשן צוזאמען מיט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און זאל ער נעמען זיין בוים. און מיר נאכפאלגן.
האב נישט קיין מורא, דו קליינע סטאדע; ווייל עס איז וואוילגעפעלן דעם פאטער אייערן, אייך צו געבן דאס קעניגרייך!
מען וועט אייך לייגן אין חרם אריין; יא, עס קומט אָן א שעה, אז יעדער איינער, וואס וועט אייך הרגענען, וועט מיינען, ער דינט ה׳ מיט דעם.
דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.
שטארקענדיק די זעלן פון די תלמידים, און מזהיר זייענדיק זיי צו בלייבן אין דער אמונה, און אז דורך פיל צרות מוזן מיר אריינקומען אין דעם מלכות פון ה׳.
און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.
פארוואס? ווייל זיי האבן זי געזוכט נישט דורך אמונה נאר דורך מעשים, האבן זיי געשטרויכלט ביים שטיין פון שטרויכלונג;