Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 7:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 גייט אריין דורך דעם ענגן טויער; ווייל געראם איז דאס טויער, און אויסגעברייטערט דער וועג, וואס פירט צו פארדארבונג, און א סך זענען עס, וואס גייען אריין דורך דעם דאזיקן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 7:13
38 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

וויי איז אבער צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארשליסט דאס מלכות השמים פאר די מענטשן. ווארום איר גייט נישט אריין, און די אריינקומענדיקע לאזט איר נישט אריינגיין.


דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים!


און די דאזיקע וועלן אוועקגיין צו אייביקער שטראף; די צדיקים אבער—צום אייביקן לעבן.


טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט.


ברענגט דעריבער פרוכט, וואס איז ראוי ביי תשובה!


ווי ענג איז אבער דאס טויער, און שמאל דער וועג, וואס פירט צום לעבן, און ווייניק זענען די, וואס געפינען אים.


דעריבער אויך אזוי יעדער איינער פון אייך, וואס וועט זיך נישט שפאטן פון אלעם, וואס ער האט, קען נישט זיין מיין תלמיד.


און עס איז געשען, ווען זיי זענען אוועקגעגאנגען פון אים, האט פעטרוס געזאגט צו יהושען/ישוען; האר, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין; און לאמיר מאכן דריי סוכות: איינע פאר דיר, איינע פאר משהן און איינע פאר אליהו, נישט וויסנדיק, וואס ער רעדט.


איך בין די טיר; ווער עס וועט אריינגיין דורך מיר, דער וועט געראטעוועט ווערן; און וועט אריינגיין און ארויסגיין, און געפינען פאשע.


זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.


דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן,


און אויב ה׳, ווילנדיק ווייזן זיין צארן און באקאנט מאכן זיין קראפט, האט מיט פיל געדולד דערטראגן געפעסן פון צארן, וואס זענען צוגעגרייט געווארן צום פארדארבן;


פאר די אומגלויביקע, וואס דער ג‑ט פון דער דאזיקער וועלט האט אין זיי פארבלענדט די געדאנקען, כדי עס זאל זיי נישט אויפגיין דאס ליכט פון דער גוטער בשורה פון דער הערלעכקייט פון דעם משיח, וועלכער איז דאס דמות פון ה׳.


דעריבער: גייט ארויס פון זייער מיט, און שיידט אייך אפ, זאגט דער האר (ג‑ט), און רירט נישט אָן קיין טמא זאך; (ישעיהו נב, יא; ירמיהו נא, מה.) און איך וועל אייך אויפנעמען,


די אבער, וואס געהערן צום משיח יהושע/ישוע האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים דאס פלייש צוזאמען מיט די גלוסטונגען און תאוות.


זייער סוף איז פארדארבונג, זייער ג‑ט איז דער בויך, און זייער רום איז אין זייער חרפה, זיי דענקען (נאר) פון ערדישע זאכן.


מיר ווייסן, אז מיר זענען פון ה׳, און די גאנצע וועלט ליגט אין דער (מאכט) פונם נישט גוטן.


און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים.


און עס וועלן זיך בוקן צו איר אלע איינוואוינער פון דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון דעם לעמעלע, וואס איז געשחטן געווארן זינט בריאת העולם.


און ווער עס האט זיך נישט געפונען איינגעשריבן אין דעם ספר החיים, דער איז אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער.


און אריינגעווארפן אין תהום אריין, און אים פארשלאסן און פארחתמעט פון אויבן, כדי ער זאל מער נישט פארפירן די פעלקער, ביז די טויזנט יאר וועלן זיך ענדיקן; דערנאך מוז ער לויז ווערן אויף א קורצער צייט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ