6 דו אבער, ווען דו טוסט תפילה, גיי אריין אין דיין חדרל, און פארשליס די טיר, און זיי מתפלל צו דיין פאטער, וואס איז פארבארגן, און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן.
און ווען ער האט געהאט אוועקגעשיקט די מאסן, איז ער ארויפגעגאנגען אויפן בארג, כדי אליין תפילה צו טאן; און ווען עס איז געווארן אוונט, איז ער דארטן געווען איינער אליין.
כדי זאלסט נישט געזען ווערן פון מענטשן, אז דו פאסט, נאר פאר דיין פאטער, וואס איז פארבארגן; און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן.
כדי דיין גמילות חסדים זאל בלייבן פארבארגן; און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן.
זאגט נתנאל צו אים: פונוואנען קענסטו מיך? האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: איידער נאך פיליפוס האט דיך גערופן, האב איך דיך געזען, בשעת דו ביסט נאך געווען אונטער דעם פייגנבוים.
זאגט יהושע/ישוע צו איר: ריר מיך נישט אָן: ווארום איך בין נאך נישט ארויפגעגאנגען צום פאטער; נאר גיי צו מיינע ברידער און זאג זיי, איך גיי ארויף צו מיין פאטער און אייער פאטער, און צו מיין ג‑ט און אייער ג‑ט.
און קארנעליוס האט געזאגט: מיט פיר טעג צוריק ביז צו דער דאזיקער שעה, דער ניינטער, האב איך תפילה געטאן אין מיין הויז; און זע פאר מיר איז געשטאנען א מאן אין שיינענדיקע מלבושים,
און אויף צומארגנס, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג, און האבן זיך דערנענטערט צו דער שטאט, איז פעטרוס ארויפגעשטיגן אויפן דאך, תפילה צו טאן, ארום דער זעקסטער שעה;
פעטרוס אבער האט אלעמען ארויסגעשיקט אינדרויסן, האט גענייגט די קניען און תפילה געטאן, און זיך דאן געווענדט צום קערפער און געזאגט: טביתא, שטיי אויף! און זי האט אויפגעמאכט אירע אויגן, און זעענדיק פעטרוסן, האט זי זיך אויפגעזעצט.
ווארום די, וואס זענען לויטן פלייש, דענקען פון פליישלעכע זאכן, אבער די, וואס זענען לויטן גייסט, גייסטלעכע זאכן.
צוליב דעם בויג איך מיינע קני פאר דעם פאטער,