34 זארגט זשע נישט אויף מארגן; מחמת דער מארגנדיקער טאג וועט זארגן פאר זיך אליין. דער טאג האט גענוג זיין אייגן בייז.
אונדזער טעגלעך ברויט גיב אונדז היינט.
דערפאר זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר זאלט עסן, אדער וואס איר זאלט טרינקען; און אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר זאלט אנטאן. צי איז דען נישט דאס לעבן מער ווי די שפייז, און דער גוף מער ווי די קליידונג?
און ווער פון אייך זארגנדיק, קען צולייגן אן אייל צו זיין געוואוקס?
און דער האר האט איר ענטפערנדיק געזאגט: מרתא, מרתא, דו זארגסט דיך און קימערסט דיך וועגן א סך זאכן;
גיב אונדז יעדן טאג אונדזער טעגלעך ברויט!
און ווען מען פירט אייך פאר די שולן און פאר די פירשטן און פאר די געוועלטיקער, זאלט איר נישט זארגן, וויאזוי אדער מיט וואס איר זאלט זיך פארטיידיקן אדער וואס איר זאלט זאגן;
און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: צוליב דעם זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר וועט עסן; אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר וועט זיך אנקליידן.
שלום לאז איך איבער מיט אייך; מיין שלום גיב איך אייך; נישט ווי די וועלט גיט, גיב איך אייך. זאל זיך אייער הארץ נישט באאומרואיקן, און זאל עס נישט ווערן פארצאגט.
דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.
שטארקענדיק די זעלן פון די תלמידים, און מזהיר זייענדיק זיי צו בלייבן אין דער אמונה, און אז דורך פיל צרות מוזן מיר אריינקומען אין דעם מלכות פון ה׳.
זארגט נישט וועגן קיין שום זאך; נאר אין אלעם, דורך תפילה און תחנונים מיט דאנק, זאלן אייערע בקשות באקאנט ווערן צו ה׳.
ווארפט אלע אייערע דאגות אויף אים, ווייל ער זארגט פאר אייערטוועגן.