Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 5:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 וואויל איז די, וואס מאכן שלום; ווייל זיי וועלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 5:9
31 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

כדי איר זאלט זיין קינדער פון אייער פאטער, וואס איז אין הימל. ווייל ער לאזט זיין זון שיינען אויף בייזע און אויף גוטע, און לאזט רעגענען אויף צדיקים און אויף רשעים.


דעריבער זאלט איר זיין פולקום, ווי אייער הימלישער פאטער איז פולקום.


ווארום זיי קענען מער נישט שטארבן; ווארום זיי זענען גלייך צו די מלאכים; און זענען ה׳ס קינדער, זייענדיק קינדער פון תחית המתים.


איר אבער זאלט ליב האבן אייערע שונאים, און טוט גוטס, און לייט, אָן צו האפן אויף עפעס צוריק; און גרויס וועט זיין אייער שכר, און איר וועט זיין דעם אויבערשטנס קינדער; ווייל ער איז גוט צו די אומדאנקבארע און שלעכטע.


און דעם אנדערן טאג האט ער זיך באוויזן צו זיי, בשעת זיי האבן זיך געקריגט, און האט געוואלט מאכן שלום צווישן זיי, און געזאגט: מענער, איר זענט (דאך) ברידער, פארוואס טוט איר אן עוולה איינער דעם אנדערן?


אויף וויפל עס ליגט אין אייך, אויב מעגלעך, זעט צו לעבן בשלום מיט אלע מענטשן.


ווארום אלע, וואס ווערן געפירט פון ה׳ס גייסט, זענען ה׳ס קינדער.


אָט דער זעלביקער גייסט זאגט עדות צוזאמען מיט אונדזער גייסט, אז מיר זענען ה׳ס קינדער.


ווארום די ערנסטע בענקשאפט פון דער באשאפונג ווארט אויפן אנטפלעקט ווערן פון ה׳ס קינדער.


נאר א ברודער משפט זיך מיט א ברודער, און דאס דאזיקע (טוט ער) פאר די אומגלויביקע!


צולעצט, ברידער, פריידט זיך, זייט שלמותדיק, טרייסט זיך, האט אחדות אין אייער מחשבה, לעבט בשלום; און דער ג‑ט פון ליבע און שלום וועט זיין מיט אייך.


מיר זענען דעריבער שלום אמבאסאדארן פאר דעם משיח, ווי ה׳ וואלט דורך אונדז מזהיר געווען; מיר בעטן אין משיחס נאמען, זייט זיך שלום מאכן מיט ה׳ (ישעיהו נג, ה.)!


די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,


דעריבער בעט איך אייך, איך, דער געפאנגענער אינם האר, אז איר זאלט לעבן ווי עס שטייט אָן דעם רוף, מיט וועלכן איר זענט גערופן געווארן,


איך בין מזהיר די עוואדיא, און בין מזהיר די סינטיכע, אז זיי זאלן זיין אייניק אין זייערע געדאנקען אינם האר.


פארטראגט איינער דעם אנדערן און זייט זיך מוחל, ווען עמיצער האט עפעס פארצוווארפן אן אנדערן; פונקט ווי אויך דער האר האט אייך מוחל געווען, אזוי (זאלט) איר אויך (טאן);


יאגט נאך שלום מיט אלעמען און די הייליקונג, אָן וועלכער קיינער וועט נישט זען דעם האר;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ