6 וואויל איז די, וואס הונגערן און דורשטן נאך גערעכטיקייט; ווייל זיי וועלן געזעטיקט ווערן.
הונגריקע האט ער אנגעפילט מיט אלעם גוטן, און רייכע אוועקגעשיקט מיט גארנישט.
וואויל איז אייך, וואס הונגערן איצט, ווייל איר וועט געזעטיקט ווערן! וואויל איז אייך, וואס וויינען איצט, ווייל איר וועט לאכן!
וויי צו אייך, די וואס זענען איצט זאט, ווייל איר וועט הונגערן. וויי צו אייך, וואס לאכן איצט! ווייל איר וועט טרויערן און וויינען.
ווער אבער עס וועט טרינקען פון דעם וואסער, וואס איך וועל אים געבן, דער וועט ביז אויף אייביק מער נישט דארשטיק ווערן; נאר דאס וואסער, וואס איך וועל אים געבן, וועט ווערן אין אים א וואסער קוואל, וואס שפרודלט צום אייביקן לעבן.
ארבעט נישט פאר דער שפייז, וואס ווערט פארדארבן, נאר פאר דער שפייז, וואס בלייבט צום אייביקן לעבן, וואס דער בר אנש וועט אייך געבן; ווארום אויף אים האט ג‑ט דער פאטער געלייגט זיין חותם.
און אין דעם לעצטן טאג, דעם גרויסן טאג פון דעם יום טוב, איז יהושע/ישוע געשטאנען און האט אויסגעשריגן, אזוי צו זאגן: אויב עמיצער איז דארשטיק, זאל ער קומען צו מיר און טרינקען.
זיי וועלן מער נישט הונגערן, און זיי וועלן מער נישט דורשטן; די זון וועט זיי נישט שלאגן, נישט קיין היץ (ישעיהו מט, י.);