5 וואויל איז די, וואס האלטן זיך קליין; ווייל זיי וועלן ירשענען די ערד.
נעמט מיין יאך אויף זיך, און לערנט פון מיר; ווייל איך בין אן ענו און פון א נידריק געמיט, און איר וועט געפינען מנוחה פאר אייערע נשמות.
זאגט דער טאכטער פון ציון: זע, דיין מלך קומט צו דיר, אן ענו, און רייטנדיק אויף אן אייזל, און אויף אן אייזעלע, דאס יונגע פון אן אייזל. (ישעיהו סב, יא; זכריה ט, ט.)
ווארום די הבטחה, אז אברהם אדער זיין זאמען וועט ירשענען די וועלט, איז נישט געווען דורך דער געזעץ, נאר דורך דער צדקות פון אמונה.
ענווה, שליטה איבער זיך; קעגן אזעלכע זאכן איז נישט פאראן קיין געזעץ.
מיט יעדער הכנעה און עניוותדיקייט, מיט סבלנות, דערטראגנדיק איינער דעם אנדערן אין ליבע,
קליידט זיך אָן דעריבער, ווי אויסדערוויילטע פון ה׳, הייליקע און געליבטע, מיט א הארץ פון רחמנות, גוטסקייט, מיט א נידעריק געמיט, ענווה, סבלנות;
דו אבער, ה׳ס מענטש, אנטרין פון די דאזיקע זאכן, און יאג נאך צדקות, יראת שמים, אמונה, ליבע, סבלנות, ענווה.
וואס זאגט מיט עניוות שטראפרייד צו די ווידערשפעניקע; אפשר וועט ה׳ זיי שענקען תשובה, צום דערקענען דעם אמת,
נישט צו רעדן קיין שלעכטס אויף קיינעמען, נישט צו זיין קריגעריש, נאר באשיידן, ארויסווייזנדיק יעדע עניוותדיקייט צו אלע מענטשן.
דעריבער, טוט אפ (פון זיך) יעדע אומריינקייט און איבערפלוס פון שלעכטסקייט, נעמט אָן מיט ענווה דאס איינגעפלאנצטע ווארט, וואס איז בכוח צו ראטעווען אייערע נשמות.
ווער איז א חכם און א פארשטאנדיקער צווישן אייך? זאל ער ארויסווייזן זיינע מעשים דורך זיין גוטער פירונג מיט עניוותדיקייט פון חכמה.
דעם האר אבער דעם משיח זאלט איר הייליקן אין אייערע הערצער; זייט תמיד גרייט אויף אן ענטפער צו יעדן איינעם, וועלכער פרעגט אייך וועגן דער סיבה פון דער האפענונג אין אייך, נאר מיט עניוותדיקייט און מיט יראה;
נאר דער פארבארגענער מענטש פון דעם הארצן, מיט דער אומפארדארבלעכער (צירונג) פון אן עניוותדיקן און שטילן גייסט, וואס איז זייער טייער פאר ה׳.