47 און אויב איר גיט אפ שלום נאר אייערע ברידער אליין, וואס טוט איר דא מער? צי טאן דען די אומות (העולם) נישט אויך דאס זעלביקע?
און אריינקומענדיק אין דעם הויז, זאלט איר עס באגריסן.
מחמת איך זאג אייך, אז אויב אייער צדקות וועט נישט איבערשטייגן די צדקות פון די סופרים און די פרושים, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אינם מלכות השמים.
מחמת אויב איר וועט ליב האבן די, וואס האבן אייך ליב, וואס פאר א שכר האט איר? צי טאן דען די שטייער אויפמאנער נישט דאס זעלביקע?
דעריבער זאלט איר זיין פולקום, ווי אייער הימלישער פאטער איז פולקום.
און אויב איר האט ליב די, וואס ליבן אייך, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? ווארום אפילו די חוטאים האבן ליב די, וואס האבן זיי ליב.
עס גיט אייך אפ שלום לוקאס דער געליבטער רופא, און דעמאס.
גיט אפ שלום די ברידער אין לאאדיצעא, און נימפאסן, און די קהלה אין איר הויז.
ווארום וואס פאר א כבוד איז עס, אויב איר פארזינדיקט זיך און מען גיט אייך שלעק, און איר זענט געדולדיק? נאר אויב טוענדיק גוטס ליידט איר און זענט געדולדיק, (אָט) דאס איז א חסד ביי ה׳.