43 איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, און האסן דיין שונא;
זאלסט אפגעבן כבוד דעם פאטער און די מוטער, און: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין!
איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן צו די קדמונים: דו זאלסט נישט טייטן; ווער אבער עס טייט, איז חייב צום משפט.
איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: זאלסט נישט נואפן!
דאך אויב איר זענט מקיים דאס קעניגלעכע געזעץ לויט דעם פסוק: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין (ויקרא יט, יח.), טוט איר וואויל;
און דאס דאזיקע געבאט האבן מיר פון אים; אז ווער עס האט ליב ה׳, דער זאל אויך ליב האבן זיין ברודער.