41 און ווער עס צווינגט דיך צו גיין א מייל, גיי מיט אים צוויי.
און ווי זיי זענען ארויסגעגאנגען, האבן זיי געפונען א מענטשן, א מאן פון קירניה, מיט דעם נאמען שמעון; דעם דאזיקן האבן זיי געצוואונגען, אז ער זאל טראגן זיין בוים.
און דעם, וואס וויל זיך משפטן מיט דיר און אוועקנעמען דיין העמד, לאז אים אויך דעם אויבער בגד.
גיב צו דעם, וואס בעט ביי דיר, און פון דעם, וואס וויל ביי דיר בארגן, דריי דיך נישט אוועק.
און זיי צווינגען א פארבייגייער, א געוויסן שמעון פון קירניה, קומענדיק פון פעלד, דעם פאטער פון אלעקסאנדער און רופוס, אז ער זאל טראגן זיין בוים.
און ווי זיי האבן אים אוועקגעפירט, האבן זיי געכאפט א געוויסן שמעון פון קירניה, קומענדיק פונם פעלד, און האבן ארויפגעלייגט אויף אים דעם בוים, אז ער זאל אים טראגן נאך יהושען/ישוען.
ווארום די ליבע פון דעם משיח צווינגט אונדז, וועלכע משפטן אזוי, אז אויב איינער איז געשטארבן פאר אלעמען, זענען אלע געשטארבן;