40 און דעם, וואס וויל זיך משפטן מיט דיר און אוועקנעמען דיין העמד, לאז אים אויך דעם אויבער בגד.
איך אבער זאג אייך: איר זאלט זיך נישט אנטקעגנשטעלן דעם בייזן; נאר ווען עמיצער פאטשט דיך אויף דיין רעכטער באק, נייג אים אויך די אנדערע צו.
און ווער עס צווינגט דיך צו גיין א מייל, גיי מיט אים צוויי.
דעם, וואס שלאגט דיך אויף דער באק, גיב אויך די אנדערע; און פון דעם, וואס נעמט ביי דיר אוועק דעם מאנטל, האלט אויך דאס העמד נישט צוריק.
איבערהויפט איז עס שוין א ירידה פאר אייך, אז איר האט צווישן זיך משפטים. פארוואס ליידט איר נישט ליבער אן עוולה? פארוואס לאזט איר זיך נישט ליבער בארויבן?
אויב אבער עמיצער מיינט, אז ער טוט אָן זיין בתולה א חרפה, אויב זי זאל פארבייגיין אירע רייפע יארן, און עס איז אזוי ארום א חוב, זאל ער טאן, וואס ער וויל; ער באגייט נישט קיין זינד; זיי מעגן חתונה האבן.