39 איך אבער זאג אייך: איר זאלט זיך נישט אנטקעגנשטעלן דעם בייזן; נאר ווען עמיצער פאטשט דיך אויף דיין רעכטער באק, נייג אים אויך די אנדערע צו.
און דעם, וואס וויל זיך משפטן מיט דיר און אוועקנעמען דיין העמד, לאז אים אויך דעם אויבער בגד.
און זיי האבן אים ארומגעהילט (דאס פנים), און אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: זאג נבואות, ווער עס איז, וואס האט דיך געשלאגן?
און די סופרים און די פרושים האבן גוט אכטונג געגעבן אויף אים, אויב ער וועט שבת היילן, כדי זיי זאלן געפינען עפעס אים אנצוקלאגן.
האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: אויב איך האב שלעכט גערעדט, זאג עדות וועגן דעם שלעכטן; אויב אבער (איך האב גערעדט) גוט, וואס שלאגסטו מיך?
איבערהויפט איז עס שוין א ירידה פאר אייך, אז איר האט צווישן זיך משפטים. פארוואס ליידט איר נישט ליבער אן עוולה? פארוואס לאזט איר זיך נישט ליבער בארויבן?
זעט, אז קיינער זאל נישט אפצאלן קיינעמען שלעכטס פאר שלעכטס; נאר תמיד זאלט איר נאכיאגן דאס גוטע איינער פאר דעם אנדערן און פאר אלעמען.
איר האט נאך אלץ נישט זיך אנטקעגנגעשטעלט ביז בלוט, ראנגלענדיק מיט דער זינד;
איר האט פארמשפט, איר האט געהרגעט דעם צדיק; ער שטעלט זיך אייך נישט אנטקעגן.
צאלט נישט אפ מיט שלעכטס פאר שלעכטס, אדער זידלווארט פאר זידלווארט, נאר להיפך: בענטשט; ווייל דערצו זענט איר בארופן געווארן, כדי איר זאלט ירשענען א ברכה.