26 באמת זאג איך דיר, דו וועסט פון דארטן בשום אופן נישט ארויסקומען, ביז דו באצאלסט נישט די לעצטע פרוטה!
פארקויפט מען דען נישט צוויי פייגעלעך פאר איין פרוטה? און דאך פאלט נישט קיין איינס פון זיי צו דער ערד אָן אייער פאטער.
און זיין האר איז צארנדיק געווארן, און האט אים איבערגעגעבן צו די פייניקער, ביז ער וועט באצאלן אלץ, וואס ער איז אים שולדיק.
דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים!
און די דאזיקע וועלן אוועקגיין צו אייביקער שטראף; די צדיקים אבער—צום אייביקן לעבן.
און עס איז געקומען אן ארעמע אלמנה, און האט אריינגעווארפן צוויי פרוטות, דאס איז איין קוואדראנס, (די קלענסטע רוימישע מטבע.)
ווארום ווען דו גייסט מיט דיין קעגנער פארן שר, גיב דיר די מי אויפן וועג, אז דו זאלסט פטור ווערן פון אים (מיט גוטנס); טאמער וועט ער דיך אוועקשלעפן צום שופט, און דער שופט וועט דיך איבערגעבן צום שוטר, און דער שוטר וועט דיך אריינווארפן אין תפיסה אריין.
איך זאג דיר, דו וועסט בשום אופן פון דארטן נישט ארויס, ביז דו וועסט נישט האבן באצאלט די לעצטע פרוטה!
און צו דעם אלעם איז צווישן אונדז און אייך פעסטגעלייגט א גרויסער תהום, אז די, וואס וואלטן געוואלט אריבערגיין פונדאנען צו אייך, זאלן עס נישט קענען, אויך זאל מען נישט אריבערקומען פון דארטן צו אונדז.
די דאזיקע וועלן ליידן א שטראף, אן אייביקע פארדארבונג פון דעם פנים פון דעם האר און פון דער הערלעכקייט פון זיין מאכט,
ווארום דאס משפט איז אומרחמנותדיק אויף דעם, וועלכער האט נישט ארויסגעוויזן קיין רחמנות; בארעמהארציקייט טריאומפירט איבער דעם משפט.