24 זאלסטו דארטן איבערלאזן דיין קרבן פאר דעם מזבח, און גיי קודם כל אהין, רעד זיך דורך מיט דיין ברודער, און דאן קום און זיי מקריב דיין קרבן.
וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר גיט אפ מעשר פון דער מיענטע און דעם דיל און דעם קימל, און פארנאכלעסיקט די שווערערע זאכן פון דער תורה: דאס משפט און דעם חסד און די אמונה! די דאזיקע זאכן האט איר געדארפט טאן, און יענע נישט פארנאכלעסיקן.
דעריבער ווען דו ברענגסט דיין קרבן צו דעם מזבח, און דארטן דערמאנסטו דיך, אז דיין ברודער האט עפעס קעגן דיר,
דאס זאלץ איז גוט; אויב אבער דאס זאלץ ווערט אומגעזאלצן, מיט וואס וועט איר עס ווירצן? האט זאלץ אין זיך, און לעבט בשלום איינער מיט דעם אנדערן.
נאר זאל זיך א מענטש אליין אויספרואוון, און אזוי עסן פון דעם ברויט און טרינקען פון דעם כוס.
דעריבער וויל איך, אז די מענער זאלן תפילה טאן אויף יעדן ארט, אויפהויבנדיק הייליקע הענט אָן צארן און מחלוקת.
זייט זיך דעריבער מתוודה אייערע זינד איינער צום אנדערן, און טוט תפילה איינער פארן אנדערן, כדי איר זאלט געהיילט ווערן. די תפילה פון א צדיק האט א גרויסן כוח און פועלט זייער פיל.