20 מחמת איך זאג אייך, אז אויב אייער צדקות וועט נישט איבערשטייגן די צדקות פון די סופרים און די פרושים, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אינם מלכות השמים.
דעמאלט האבן זיי איינגעזען אז ער האט נישט געזאגט, זיי זאלן זיך היטן פארן זויערטייג פון ברויט, נאר פאר דעם פלפול פון די פרושים און צדוקים.
און ווער עס וועט אויפנעמען איין קינד אזעלכעס אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף.
און די האק ליגט שוין ביים שורש פון די ביימער; דעריבער יעדער בוים, וואס ברענגט נישט קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין.
נישט יעדער איינער, וואס זאגט צו מיר, האר, האר, וועט אריינגיין אין מלכות השמים, נאר דער, וואס טוט דעם רצון פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אויפנעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קליין קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינגיין דערין!
עס איז לייכטער פאר א קעמל דורכצוגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי פאר א רייכן מאן אריינצוקומען אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
וויי איז צו אייך, אז איר זענט ווי קברים, וואס מען דערקענט נישט; און די מענטשן, וואס גייען ארום אויף זיי, ווייסן עס נישט!
דערווייל האט זיך פארזאמלט א המון פון טויזנטער מענטשן, אזוי אז זיי האבן זיך געטרעטן איינס דאס אנדערע, האט ער אנגעהויבן צום ערשט צו זאגן צו זיינע תלמידים: היט זיך פאר דעם זויערטייג פון די פרושים, וועלכעס איז צביעות.
באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אננעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינקומען דערין.
ווארום אויב די עבודה פון פאראורטיילונג האט געהאט הערלעכקייט, וויפל מער שטייגט איבער די עבודה פון גערעכטיקייט אין הערלעכקייט!
דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי!
און געפינען ווערן אין אים, נישט מיט מיין (אייגענער) צדקות, וועלכע איז פון דער געזעץ, נאר מיט דער, וואס איז דורך גלויבן אינם משיח—ה׳ס צדקות, וועלכע קומט דורך אמונה;
יאגט נאך שלום מיט אלעמען און די הייליקונג, אָן וועלכער קיינער וועט נישט זען דעם האר;
און עס וועט בשום אופן אין איר נישט אריינגיין קיין שום טמא זאך, און ווער עס טוט אומווירדיקייט און שקר; נאר די, וואס זענען איינגעשריבן אין דעם לעמעלעס ספר החיים.