Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 5:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 וואויל איז אייך, ווען מען טוט אייך אָן בזיונות, און מען פארפאלגט אייך, און מען רעדט אויס פאלש אלדאס בייז אויף אייך, צוליב מיר.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 5:11
32 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אפילו פאר מושלים און מלכים וועט מען אייך פירן צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי און צו די אומות (העולם).


און איר וועט זיין געהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען. ווער אבער עס וועט אויסהאלטן ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן.


עס איז גענוג פאר דעם תלמיד, אז ער זאל זיין ווי זיין רבי, און דער קנעכט ווי זיין האר. אויב דעם בעל הבית האט מען גערופן בעל‑זבול, וויפל מער זיינע בני בית!


ווער עס געפינט זיין לעבן, דער וועט עס פארלירן; און ווער עס פארלירט זיין לעבן פאר מיינעטוועגן, דער וועט עס געפינען.


און יעדער איינער, וואס האט פארלאזט הייזער אדער ברידער אדער שוועסטער אדער פאטער אדער מוטער אדער קינדער אדער פעלדער צוליב מיין נאמען, וועט א סך מאל מער באקומען, און ירשענען דאס אייביקע לעבן.


דעמאלט וועט מען אייך איבערגעבן צו באדריקונג, און מען וועט אייך טייטן; און איר וועט זיין געהאסט פון אלע פעלקער צוליב מיין נאמען.


און די פארבייגייער האבן אים געלעסטערט, שאקלענדיק מיט זייערע קעפ,


און איר וועט זיין פארהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען; ווער אבער עס וועט אויסהאלטן ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן.


איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי.


און האבן נישט קיין ווארצל אין זיך, נאר זענען בלויז אויף א געוויסע צייט; קומט אבער א צרה אדער רדיפה צוליב דעם ווארט, שטרויכלען זיי באלד.


ווארום ווער עס וויל ראטעווען זיין נפש, וועט עס פארלירן; ווער אבער עס וועט פארלירן זיין לעבן צוליב מיר און דער גוטער בשורה, דער וועט עס אפראטעווען.


פאר דעם אלעם אבער וועלן זיי לייגן אויף אייך זייערע הענט, און אייך פארפאלגן, און וועלן אייך איבערגעבן צו די שולן און תפיסות און אייך פירן פאר מלכים און מושלים צוליב מיין נאמען.


און איר וועט זיין געהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען.


וואויל איז אייך, ווען די מענטשן וועלן אייך האסן, און ווען זיי וועלן אייך ארויסשטויסן און באליידיקן און ארויסווארפן אייער נאמען ווי עפעס בייז, צוליב דעם בר אנש.


ווארום ווער עס וויל ראטעווען זיין נפש, דער וועט עס פארלירן; ווער אבער עס וועט פארלירן זיין נפש פאר מיינעטוועגן, דער וועט עס ראטעווען.


אבער דאס אלץ וועט מען אייך טאן צוליב מיין נאמען, ווייל זיי קענען נישט אים, וואס האט מיך געשיקט.


און זיי האבן אים געזידלט, און געזאגט; דו ביסט יענעמס תלמיד, מיר אבער זענען משהס תלמידים.


ווארום איך וועל אים ווייזן וואס ער וועט מוזן ליידן צוליב מיין נאמען.


ווי עס שטייט געשריבן: פאר דיינעטוועגן ווערן מיר געטייט דעם גאנצן טאג לאנג, מיר זענען גערעכנט ווי שאף צו דער שחיטה. (תהלים מד, כג.)


מיר (זענען) די נאראנים צוליב משיחן, איר אבער (זענט) חכמים אינם משיח; מיר—שוואכע, איר אבער—גיבורים; איר האט כבוד, מיר אבער (ווערן) מבזה.


ווארום מיר, די לעבעדיקע, ווערן צו יעדער צייט איבערגעגעבן צום טויט צוליב יהושען/ישוען, כדי ישועס לעבן זאל זיך אנטפלעקן אין אונדזער שטערבלעך פלייש.


ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן פון וועגן דעם משיח, נישט נאר צו גלויבן אין אים, נאר אויך צו ליידן פאר אים;


וועלכער, ווערנדיק געזידלט, האט נישט צוריקגעזידלט; ליידנדיק, האט נישט געסטראשעט, נאר זיך איבערגעגעבן צום שופט צדק;


אויב איר ווערט געזידלט צוליב דעם נאמען פונם משיח, איז וואויל אייך; ווייל דער (גייסט) פון כבוד און דער גייסט פון ה׳ רוט אויף אייך.


און דו האסט געדולד און האסט סובל געווען צוליב מיין נאמען און ביסט נישט געווארן מיד.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ