Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 4:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 און זאגט צו אים: אלע די דאזיקע וועל איך דיר געבן, אויב דו וועסט אנידערפאלן און זיך בוקן צו מיר.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 4:9
21 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און האט געזאגט: וואס ווילט איר מיר געבן, ווען איך וועל אים איבערגעבן צו אייך? און זיי האבן אים אפגעוואויגן דרייסיק שטיק זילבער.


דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: אוועק, דו שׂטן! מחמת עס שטייט געשריבן: צום האר, דיין ג‑ט, זאלסטו זיך בוקן און נאר אים אליין זאלסטו דינען!


איצט איז דאס משפט פון דער דאזיקער וועלט; איצט וועט דער שר פון דער דאזיקער וועלט ארויסגעווארפן ווערן אינדרויסן.


(יהושע/ישוע) וויסנדיק, אז דער פאטער האט אים אלץ איבערגעבן אין די הענט אריין, און אז ער איז געקומען פון ה׳ און גייט צו ה׳,


איך וועל מער נישט רעדן קיין סך מיט אייך; ווארום דער שר פון דער וועלט קומט; און אין מיר האט ער גארנישט;


און וועגן משפט, ווייל דער שר פון דער דאזיקער וועלט איז געמשפט געווארן.


פאר די אומגלויביקע, וואס דער ג‑ט פון דער דאזיקער וועלט האט אין זיי פארבלענדט די געדאנקען, כדי עס זאל זיי נישט אויפגיין דאס ליכט פון דער גוטער בשורה פון דער הערלעכקייט פון דעם משיח, וועלכער איז דאס דמות פון ה׳.


נישט קיין נייער תלמיד, כדי ער זאל נישט ווערן אויפגעבלאזן און אריינפאלן אין דעם משפט פון שׂטן.


און איך בין אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, זיך צו בוקן צו אים. און ער האט צו מיר געזאגט; גיב אכטונג, טו דאס נישט; איך בין דיינער א מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, וואס האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן; ווארום דאס עדות פון יהושען/ישוען, דאס איז דער רוח הנבואה.


און האט א נאמען אויף זיין קלייד און אויף זיין דיך אויפגעשריבן: מלך המלכים און אדון האדונים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ