8 נאכאמאל נעמט אים דער שׂטן מיט אויף א זייער הויכן בארג, און ווייזט אים אלע קעניגרייכן פון דער וועלט, און זייער הערלעכקייט;
מחמת וואס וועט עס העלפן א מענטשן, אויב ער זאל געווינען די גאנצע וועלט, און פארלירן זיין לעבן? אדער וואס קען א מענטש געבן אויסצולייזן זיין לעבן?
דעמאלט נעמט אים דער שׂטן אין דער הייליקער שטאט אריין; און האט אים געשטעלט אויפן שפיץ פון בית המקדש,
ווארום דער פאטער האט ליב דעם זון, און ווייזט אים אלץ, וואס ער אליין טוט; און גרעסערע מעשים ווי די דאזיקע וועט ער אים ווייזן, כדי איר זאלט זיך וואונדערן.
ווייל: יעדעס פלייש איז ווי גראז, און יעדע פראכט דערפון איז ווי א בלום פונם גראז. פארטריקנט ווערט דאס גראז, און די בלום פאלט אראפ;
און דער זיבעטער מלאך האט געבלאזן; און עס זענען געקומען הויכע קולות אין הימל, אזוי צו זאגן: דאס מלכות פון דער וועלט איז געווארן (דאס מלכות) פון אונדזער האר און פון זיין משיח; און ער וועט קעניגן לעלמי עולמים. (דניאל ז, יג-יד.)