7 האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: עס שטייט אויך געשריבן: דו זאלסט נישט אויספרואוון דעם האר, דיין ג‑ט.
און האבן צו אים געזאגט: דו הערסט, וואס זיי זאגן? און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: יא! צי האט איר קיינמאל נישט געלייענט: אויס דעם מויל פון קינדער און זייגעדיקע האסטו צוגעגרייט לויב? (תהלים ח, ג.)
זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט איר קיינמאל נישט געלייענט אין די כתובים? דער שטיין, וואס די בוימייסטערס האבן פארווארפן, איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל. פונם האר (ה׳) איז דאס געשען, און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן. (תהלים קיח, כב-כג.)
דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: אוועק, דו שׂטן! מחמת עס שטייט געשריבן: צום האר, דיין ג‑ט, זאלסטו זיך בוקן און נאר אים אליין זאלסטו דינען!
ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס שטייט געשריבן: נישט פון ברויט אליין זאל דער מענטש לעבן, נאר פון יעדן ווארט, וואס קומט ארויס פון ה׳ס מויל. (דברים ח, ג.)
און יהושע/ישוע האט אים ענטפערנדיק געזאגט: עס איז געזאגט געווארן: דו זאלסט נישט אויספרואוון דעם האר דיין ג‑ט. (דברים ו, טז.)
פארוואס זשע פרואווט איר איצט אויס ה׳, מיטן ארויפלייגן אויף דעם האלדז פון די תלמידים אן עול, וואס נישט אונדזערע עלטערן, נישט מיר אליין האבן געקענט דערטראגן?
האט פעטרוס צו איר געזאגט: פארוואס האט איר איינגעשטימט צווישן זיך אויסצופרואוון דעם גייסט פון דעם האר? אָט זע, די פיס פון די, וואס האבן באגראבן דיין מאן, זענען ביי דער טיר, און זיי וועלן דיך (אויך) ארויסטראגן.
לאמיר אויך נישט אויספרואוון דעם האר (ג‑ט), ווי א טייל פון זיי האבן אויסגעפרואווט, און זענען אומגעקומען פון די שלאנגען.
וואו אייערע אבות האבן מיך אויסגעפרואווט מיט נסיונות און געזען מיינע מעשים פערציק יאר לאנג.