Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 4:23 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

23 און ער איז ארומגעגאנגען אין גאנץ גליל, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פונם מלכות, און היילנדיק אלע קראנקייטן און שלאפקייטן צווישן דעם פאלק.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 4:23
46 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

בלינדע זען, און לאמע גייען ארום, מצורעדיקע ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, און טויטע שטייען אויף, און צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה.


און ער איז אוועק פון דארטן, און איז געגאנגען אין זייער שול אריין.


ווען עמיצער הערט דאס ווארט פון דעם מלכות, און פארשטייט עס נישט, קומט דער נישט גוטער און רייסט אויס דאס, וואס איז געזייט געווארן אין זיין הארצן. דאס איז דער, וואס איז געזייט געווארן ביים וועג.


און איז געקומען אין זיין לאנד אריין, און האט זיי געלערנט אין זייער שול, אז זיי האבן געשטוינט און געזאגט: פונוואנען האט ער די דאזיקע חכמה, און די וואונדער?


און ער איז ארויסגעקומען, און האט געזען א גרויסן המון מענטשן, און זיך דערבארעמט אויף זיי און געהיילט זייערע קראנקע.


און די דאזיקע גוטע בשורה פון דעם מלכות וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער באוואוינטער וועלט, ווי אן עדות צו אלע פעלקער, און דעמאלט וועט קומען דער קץ.


טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט.


און יהושע/ישוע איז ארומגעגאנגען איבער אלע שטעט און דערפער, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פון דעם מלכות, און היילנדיק יעדע מחלה און יעדע שלאפקייט.


און נאך דעם ווי יוחנן איז איבערגעגעבן געווארן, איז יהושע/ישוע געקומען קיין גליל, און האט אויסגערופן די בשורה טובה פון ה׳,


און זיי זענען געגאנגען קיין כפר‑נחום; און גלייך שבת איז ער אריינגעגאנגען אין דער שול און האט געלערנט.


און ער איז געגאנגען און האט אויסגערופן אין זייערע שולן אין גאנץ גליל און האט ארויסגעטריבן די בייזע גייסטער.


ווארום ער האט א סך געהיילט, אזוי אז אלע, וואס האבן געהאט א פלאג, זענען געפאלן אויף אים, כדי אים אנצורירן.


און ווען עס איז געקומען שבת, האט ער אנגעהויבן צו לערנען אין דער שול; און א סך, ווען זיי האבן אים געהערט, האבן געשטוינט, און געזאגט: פונוואנען קומט צו אים אזעלכעס? און וואס איז דאס פאר א חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן? און אזעלכע וואונדער געשען דורך זיינע הענט!


און ער האט זיך געוואונדערט איבער זייער אומגלויבן. און ער איז ארומגעגאנגען אין די ארומיקע דערפער און האט געלערנט.


און איר זאלט היילן די קראנקע אין דער זעלביקער (שטאט), און זאגט צו זיי: דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט צו אייך!


און ער האט געלערנט אין איינער פון די שולן א שבתדיקן טאג.


די תורה און די נביאים זענען געווען ביז יוחנן; פון דעמאלט אָן ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳, און יעדער איינער דרינגט אריין דערין מיט געוואלד.


און עס איז געשען, אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט דאס פאלק אין בית המקדש, און אנגעזאגט די גוטע בשורה, זענען די הויפט כהנים און די סופרים און די זקנים צוגעטרעטן


און יהושע/ישוע האט זיך אומגעקערט אין דער קראפט פונם גייסט קיין גליל; און א קלאנג איז ארויסגעגאנגען וועגן אים אין דער גאנצער אומגעגנט.


און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט, און עס זענען דערביי געזעסן פרושים און לומדים פון דער תורה, וואס זענען געקומען אויס יעדן דארף פון גליל און יהודה און ירושלים; און די גבורה פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים צו היילן.


און איז מיט זיי אראפגעשטיגן און האט זיך געשטעלט אויף א פלאך ארט, און א גרויסע מאסע פון זיינע תלמידים און א גרויסער המון עם פון גאנץ יהודה און ירושלים און פון דער געגנט ביים ים פון צור און צידון,


און עס איז געשען אן אנדערן שבת, אז ער איז אריינגעגאנגען אין א שול און האט געלערנט; און דארט איז געווען א מענטש, וועמעס רעכטע האנט איז געווען פארדארט.


און אין יענער שעה האט ער א סך געהיילט פון קראנקייטן און פון פלאג און פון בייזע גייסטער; און א סך בלינדע האט ער געשענקט די ראיה.


און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גייט און דערציילט יוחנן וואס איר האט געזען און געהערט: בלינדע ווערן זעענדיק, לאמע גייען ארום, מצורעים ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, טויטע שטייען אויף, צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה. (ישעיהו לה, ה-ו; סא, א.)


און עס איז געשען נאך דעם, אז ער איז געגאנגען איבער שטאט און דארף, האט געדרשנט און אנגעזאגט די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳, און די צוועלף מיט אים,


די המונים אבער האבן זיך דערוואוסט, און האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אויפגענומען, און גערעדט צו זיי וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און די, וואס האבן זיך גענויטיקט אין א רפואה, האט ער געהיילט.


האט ער צו אים געזאגט: לאז די טויטע באגראבן זייערע טויטע; דו אבער גיי, און זאג אָן דאס קעניגרייך פון ה׳!


האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: איך האב גערעדט בפרהסיא אין דער וועלט; איך האב תמיד געלערנט אין שול און אינם בית המקדש, וואו אלע יידן קומען זיך צונויף, און אין פארבארגעניש האב איך גארנישט גערעדט.


דאס האט ער געזאגט, בשעת ער האט געלערנט אין דער שול אין כפר‑נחום.


און נאך דעם איז יהושע/ישוע ארומגעגאנגען אין גליל; ווארום ער האט נישט געוואלט ארומגיין אין (לאנד) יהודה, ווייל די יידן האבן געזוכט אים צו טייטן.


ווי ה׳ האט געזאלבט יהושען/ישוען פון נצרת מיט דעם רוח הקודש און מיט גבורה; וועלכער איז ארומגעגאנגען, טוענדיק גוטס און היילנדיק אלע, וואס זענען געווען אונטער דער מאכט פונם שׂטן, ווייל ה׳ איז געווען מיט אים.


און יעדן שבת האט ער גערעדט אין שול, און געזוכט איבערצוצייגן יידן און גריכן.


און זע, איצט ווייס איך, אז איר וועט מער קיינמאל נישט זען מיין פנים, איר אלע, צווישן וועמען איך בין ארומגעגאנגען, אויסרופנדיק דאס קעניגרייך פון ה׳.


האט אויסגערופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געלערנט פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח גאנץ אפן, פון קיינעם נישט געשטערט.


און וויאזוי זאל מען דרשענען, אויב מען ווערט נישט געשיקט? ווי עס שטייט געשריבן: ווי שיין זענען די פיס פון די, וואס ברענגען א בשורה פון גוטע זאכן. (ישעיהו נב, ז.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ