19 און ער זאגט צו זיי: קומט, פאלגט מיר נאך, און איך וועל אייך מאכן פאר פישערס פון מענטשן!
דעמאלט האט יהושע/ישוע געזאגט צו זיינע תלמידים! אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און נעמען זיין בוים, און מיר נאכפאלגן!
האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אויב דו ווילסט זיין שלמותדיק, גיי, פארקויף דיין רכוש, און גיב עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך.
און ווי ער איז ארומגעגאנגען ביים ים פון גליל, האט ער געזען צוויי ברידער, שמעון, וואס מען רופט אים פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, ווארפן א נעץ אין ים אריין; מחמת זיי זענען געווען פישערלייט.
און זיי האבן גלייך פארלאזן די נעצן, און האבן אים נאכגעפאלגט.
יהושע/ישוע אבער זאגט צו אים: פאלג דו מיר נאך; און לאז די מתים קובר זיין זייערע מתים.
און ווען יהושע/ישוע איז פון דארטן ווייטער געגאנגען, האט ער געזען א מענטשן זיצן ביים הויז פון שטייער, ער האט געהייסן מתתיהו, און ער זאגט צו אים: פאלג מיר נאך! און ער איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט.
און פארבייגייענדיק האט ער געזען לוי בן חלפי זיצן אינם שטייער אמט, און ער זאגט צו אים; פאלג מיר נאך! און ער איז אויפגעשטאנען און האט אים נאכגעפאלגט.
און נאך דעם איז ער ארויסגעגאנגען און האט געזען א שטייער אויפמאנער, מיט דעם נאמען לוי, זיצן ביים שטייער אמט, און האט צו אים געזאגט: פאלג מיר נאך!
און צו אן אנדערן האט ער געזאגט: פאלג מיר נאך! דער אבער האט געזאגט: דערלויב מיר צום ערשט אוועקצוגיין און קובר צו זיין דעם פאטער מיינעם.
צומארגנס האט ער געוואלט ארויסגיין קיין גליל, און געפינט פיליפוסן; און יהושע/ישוע זאגט צו אים: פאלג מיר נאך.
אויב עמיצער דינט מיך, זאל ער מיר נאכפאלגן; און וואו איך בין, דארט וועט אויך מיין דינער זיין; אויב עמיצער דינט מיך, וועט דער פאטער אים אפגעבן כבוד.
זאגט יהושע/ישוע צו אים: אויב איך וויל ער זאל בלייבן, ביז איך קום, וואס גייט דאס דיך אָן? דו פאלג מיר נאך.
נאר זאל עס זיין אזוי, איך האב אייך פארט נישט באלעסטיקט; נאר ווייל איך בין כיטרע, האב איך אייך געפאנגען מיט כיטרעקייט.