Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 4:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 דעמאלט פארלאזט אים דער שׂטן; און זע, מלאכים זענען געקומען און האבן אים באדינט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 4:11
13 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אדער אפשר מיינסטו, אז איך קען נישט בעטן מיין פאטער, און ער וועט מיר אפילו איצט געבן מער ווי צוועלף מחנות מלאכים?


און זאגט צו אים: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, ווארף דיך אראפ; מחמת עס שטייט געשריבן: זיינע מלאכים וועט ער באפעלן וועגן דיר, און אויף די הענט וועלן זיי דיך טראגן, טאמער וועסטו דיר אנשטויסן דיין פוס אין א שטיין. (תהלים צא, יא.)


און ער איז געווען אין דער מדבר פערציק טעג, ווערנדיק אויסגעפרואווט פונם שׂטן; און איז געווען מיט די ווילדע חיות; און די מלאכים האבן אים באדינט.


און עס האט זיך צו אים באוויזן א מלאך פון הימל, און אים געשטארקט.


ווען איך בין געווען טאג אויס טאג איין מיט אייך אינם בית המקדש, האט איר נישט אויסגעשטרעקט די הענט קעגן מיר; נאר די דאזיקע איז אייער שעה, און די מאכט פון דער פינצטערניש.


און ווען דער שׂטן האט געענדיקט אלע אויספרווואונגען איז ער אוועק פון אים ביז אויף א צייט.


איך וועל מער נישט רעדן קיין סך מיט אייך; ווארום דער שר פון דער וועלט קומט; און אין מיר האט ער גארנישט;


און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.


צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?


און ווידער, ווען ער ברענגט אריין דעם בכור אין דער וועלט, זאגט ער: און זאלן זיך צו אים בוקן אלע מלאכים פון ה׳. (תהלים צז, ז.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ