Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 4:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: אוועק, דו שׂטן! מחמת עס שטייט געשריבן: צום האר, דיין ג‑ט, זאלסטו זיך בוקן און נאר אים אליין זאלסטו דינען!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 4:10
30 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ער אבער האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו פעטרוסן: אוועק פון מיר, שׂטן, דו ביסט א מיכשול פאר מיר; ווייל דו האסט נישט אין זינען דאס, וואס געהערט צו ה׳, נאר דאס, וואס געהערט צו מענטשן!


און ער איז געווען אין דער מדבר פערציק טעג, ווערנדיק אויסגעפרואווט פונם שׂטן; און איז געווען מיט די ווילדע חיות; און די מלאכים האבן אים באדינט.


ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך האב געזען דעם שׂטן פאלן, ווי א בליץ פון הימל.


און אפילו דער שׂטן, אויב ער איז צעטיילט קעגן זיך אליין, וויאזוי וועט זיין קעניגרייך האבן א קיום? ווייל איר זאגט, דורך דעם בעל‑זבול טרייב איך ארויס די בייזע גייסטער.


און זי, וואס איז א בת אברהם, וועמען דער שׂטן האט געבונדן, זע, אכצן יאר לאנג, האט זי דען נישט געזאלט אויפגעבונדן ווערן פון דער דאזיקער געבונדנקייט אין דעם טאג פון שבת?


און דער שׂטן איז אריינגעגאנגען אין יהודהן, וואס מען האט אים גערופן איש‑קריות, זייענדיק פון דער צאל פון די צוועלף.


שמעון, שמעון, זע, דער שׂטן האט זיך אויסגעבעטן, אייך צו זיפען ווי ווייץ;


און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: עס שטייט געשריבן: צום האר דיין ג‑ט זאלסטו זיך בוקן, און נאר אים אליין זאלסטו דינען. (דברים י, כ.)


און נאך דעם ביסן איז דער שׂטן דעמאלט אריין אין אים. יהושע/ישוע האט דעריבער צו אים געזאגט: וואס דו טוסט, טו גיך.


אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר.


פעטרוס אבער האט געזאגט: חנניה, פארוואס האט דער שׂטן אנגעפילט דיין הארץ, צו זאגן א ליגן צום רוח הקודש און אראפצונעמען פונם פרייז פון פעלד?


איבערצוגעבן אזא מענטשן צום שׂטן צו דער פארדארבונג פונם פלייש, כדי דער גייסט זאל ניצול ווערן אינם טאג פון דעם האר.


שיידט זיך נישט אפ איינס פונם אנדערן, אחוץ אויב איר זענט מרוצה דערויף ביז צו א געוויסער צייט, כדי איר זאלט זיך אפגעבן מיט תפילה, און קומט זיך ווידער צונויף, כדי דער שׂטן זאל אייך נישט ברענגען צו קיין נסיון דורך אייער נישט איינגעהאלטנקייט.


און עס איז נישט קיין וואונדער; ווייל דער שׂטן אליין פארקליידט זיך פאר א מלאך פון ליכט.


און צוליב דער אויסערגעוויינלעכער גרויסקייט פון די אנטפלעקונגען—כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן, איז מיר געגעבן געווארן א דארן אין דעם לייב, א שליח פונם שׂטן, אז ער זאל מיך שלאגן מיט דער פויסט, כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן.


כדי מיר זאלן נישט באטריגט ווערן פונם שׂטן, ווארום זיינע איינפאלן זענען אונדז נישט אומבאקאנט.


אונטערטעניקט זשע זיך צו ה׳; און שטעלט זיך אנטקעגן דעם שׂטן, און ער וועט אנטלויפן פון אייך.


שטעלט זיך אים אנטקייגן, פעסט אין דער אמונה, און זייט וויסן, אז די זעלביקע עינויים ווערן דערפילט אין אייערע ברידער אין דער וועלט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ