1 דעמאלט איז יהושע/ישוע געפירט געווארן פון דעם גייסט אין דער מדבר אריין, כדי דער שׂטן זאל אים אויספרואוון.
איך וועל מער נישט רעדן קיין סך מיט אייך; ווארום דער שר פון דער וועלט קומט; און אין מיר האט ער גארנישט;
און ווען זיי זענען ארויסגעשטיגן פונם וואסער, האט דער גייסט פון דעם האר פארטראגן פיליפוסן, און דער סריס האט אים שוין מער נישט געזען, און א פריילעכער איז ער זיך געפארן אויף זיין וועג.
ווארום אלע, וואס ווערן געפירט פון ה׳ס גייסט, זענען ה׳ס קינדער.
ווייל דערמיט, וואס ער אליין האט געליטן, זייענדיק אין א נסיון, קען ער העלפן די, וואס געפינען זיך אין א נסיון.
יעדער איינער אבער ווערט אויסגעפרואווט, ווען ער ווערט גערייצט פון זיינע אייגענע תאוות און געלאקט.