Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 3:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 ווען אבער ער האט געזען א סך פון די פרושים און פון די צדוקים קומען צו דער מקווה, האט ער צו זיי געזאגט: איר שלאנגענקינדער, ווער האט אייך געגעבן צו פארשטיין, אז איר זאלט אנטלויפן פון דעם קומענדיקן גרימצארן?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 3:7
49 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווען די פרושים אבער האבן עס געהערט, האבן זיי געזאגט: ער טרייבט נישט ארויס קיין בייזע גייסטער, אחוץ דורך דעם בעל‑זבול, דעם שר פון די בייזע גייסטער!


איר שלאנגענקינדער, ווי אזוי קענט איר רעדן גוטס, זייענדיק (אליין) בייז? מחמת פון דער שפע פון דעם הארץ, רעדט דאך דאס מויל.


דעמאלט זענען די תלמידים געקומען, און געזאגט צו אים: ווייסט, אז די פרושים האבן געשטרויכלט הערנדיק דאס ווארט?


און די פרושים און צדוקים זענען געקומען, כדי אים אויסצופרואוון, און האבן פארלאנגט, אז ער זאל זיי ווייזן אן אות מן השמים.


און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פארן זויערטייג פון די פרושים און צדוקים.


דעמאלט זענען די פרושים געגאנגען, און האבן זיך געהאלטן אן עצה, ווי אזוי זיי זאלן אים פאנגען מיט א ווארט.


אין יענעם טאג זענען געקומען צו אים צדוקים, וואס זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים, און האבן אים געפרעגט,


און ווען די פרושים האבן געהערט, אז ער האט די צדוקים פארשטאפט דאס מויל, האבן זיי זיך פארזאמלט;


איר שלאנגען! גזע פון להכעיסניקעס! ווי אזוי וועט איר אנטרינען פון דעם משפט פון גיהנום?


מחמת איך זאג אייך, אז אויב אייער צדקות וועט נישט איבערשטייגן די צדקות פון די סופרים און די פרושים, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אינם מלכות השמים.


און זיי שיקן צו אים אייניקע פון די פרושים און פון הורדוס לייט, כדי זיי זאלן אים פאנגען מיט א ווארט.


און עס קומען צו אים צדוקים, וועלכע זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים; און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן:


און ער האט זיי געווארנט, אזוי צו זאגן: גיט אכטונג, היט זיך פארן זויערטייג פון די פרושים און פארן זויערטייג פון הורדוסן!


און דאס אלץ האבן די פרושים געהערט, וואס זענען געווען געלט ליבהאבער, און האבן אפגעשפאט פון אים.


דער פרוש האט זיך אוועקגעשטעלט און אזוי מתפלל געווען צו זיך אליין: אָ, ה׳, איך דאנק דיר, וואס איך בין נישט אזוי ווי די איבריקע מענטשן, גזלנים, רשעים, נואפים, אדער אפילו ווי דער דאזיקער שטייער אויפמאנער.


די פרושים אבער און די חכמים האבן אפגעווארפן די עצה פון ה׳ פון זיך, ווייל זיי האבן זיך נישט געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים.


און די שליחים זענען געווען פון די פרושים.


איר זענט פון אייער פאטער, דעם שׂטן, און די שלעכטע גלוסטונגען פון אייער פאטער ווילט איר טאן. ער איז געווען א רוצח פון אנהויב אָן, און איז נישט געשטאנען אין דעם אמת, ווייל עס איז קיין אמת אין אים נישט פאראן. ווען ער רעדט שקר, רעדט ער פון דעם, וואס איז זיין אייגן, ווייל ער איז א ליגנער, און דער פאטער פון שקר.


און אייניקע פון די פרושים, וואס זענען געווען מיט אים, האבן דאס געהערט, און האבן געזאגט צו אים: צי זענען מיר אויך בלינד?


נאר עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע מאמינים פון דער כיתה פון די פרושים, וועלכע האבן געזאגט: מען מוז זיי (די אומות (העולם)) מל זיין, און אנזאגן אפצוהיטן תורת משה (די תרי״ג מצוות).


צוליב דעם זאלט איר שטיין אויף דער וואך, געדענקענדיק, אז במשך פון דריי יאר האב איך נישט אויפגעהערט, בייטאג און ביינאכט, צו זאגן מוסר צו יעדן איינעם פון אייך מיט טרערן.


און קענען מיך שוין פון לאנג, זיי זאלן נאר וועלן עדות זאגן, אז לויט דער שטרענגסטער כיתה פון אונדזער אמונה האב איך געלעבט, א פרוש.


און דער כהן גדול איז אויפגעשטאנען און אלע, וואס זענען געווען מיט אים (דאס איז די כיתה פון די צדוקים), און זענען פול געווארן מיט קנאה,


ווארום ה׳ס צארן אנטפלעקט זיך פון הימל אויף יעדער רשעות און עולה פון מענטשן, וואס האלטן דעם אמת אין אומגערעכטיקייט;


אויף וויפל זשע מער, זייענדיק איצט גערעכטפערטיקט דורך זיין בלוט (כפרה), וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך אים פונם צארן.


און צו דערווארטן זיין זון פון הימל, וועמען ער האט אויפגעוועקט פון די טויטע, יהושען/ישוען, וועלכער איז אונדז מציל פון דעם צארן, וואס קומט.


דורך אמונה האט נוח, ווען ער איז געווארנט געווארן פון ה׳ בנוגע זאכן, וואס מען האט נאך נישט געזען, מיט יראת שמים געבויט א תיבה צו ראטעווען זיין הויזגעזינד; דורך וועלכער ער האט פאראורטיילט די וועלט און איז געווארן א יורש פון דער צדקות, וואס איז פון אמונה.


כדי דורך צוויי אומפארענדערלעכע זאכן, אין וועלכע עס איז אוממעגלעך פאר ה׳ צו זאגן ליגן, זאלן מיר האבן א שטארקע טרייסט, מיר, וואס זענען אנטרונען, כדי אנצונעמען די האפענונג, וואס איז געלייגט געווארן פאר אונדזערטוועגן


דורך דעם דאזיקן ווערן אנטפלעקט די קינדער פון ה׳, און די קינדער פון דעם שׂטן: יעדער איינער, וועלכער טוט נישט עוסק זיין אין צדקות, איז נישט פון ה׳, און דער, וואס האט נישט ליב זיין ברודער.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ