זע, מיין קנעכט, וועמען איך האב אויסדערוויילט; מיין געליבטער, אין וועמען מיין נפש האט א וואוילגעפעלן; איך וועל געבן מיין גייסט אויף אים, און ער וועט דערקלערן משפט צו די פעלקער.
און דער רוח הקודש איז אראפגעקומען אויף אים אין א קערפערלעך געשטאלט, ווי א טויב; און עס איז געקומען א קול פון הימל; דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!
ווארום ער האט באקומען פון ג‑ט דעם פאטער כבוד און הערלעכקייט, ווען אזא קול איז אראפגעקומען צו אים פון דער מאיעסטעטישער הערלעכקייט: (ציטירן ניטציטירן) דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן;
אויב מיר נעמען אָן דאס עדות זאגן פון מענטשן, אזוי איז גרעסער דאס עדות זאגן פון ה׳; ווייל דאס דאזיקע איז דאס עדות זאגן פון ה׳, וואס ער האט עדות געזאגט וועגן זיין זון.
און איך האב געהערט א קול פון הימל, ווי דאס גערויש פון א סך וואסערן, און ווי דאס קול פון א געוואלטיקן דונער; און דאס קול, וואס איך האב געהערט, איז געווען ווי פון הארפנשפילער שפילנדיק אויף זייערע הארפעס;