Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 3:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 איך טובל אייך אין א מקווה מיט וואסער צו תשובה; אבער דער, וואס קומט נאך מיר, איז שטארקער פון מיר, וואס איך בין נישט ווערט צו טראגן זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 3:11
29 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, מתוודה זייענדיק זיך אויף זייערע זינד.


יוחנן איז געקומען, וואס האט טובל געווען אין דער מדבר, אויסרופנדיק א מקווה פון תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד.


און ער וועט פארויסגיין פאר אים אינם גייסט און אין דער מאכט פון אליהו, צוריק צו קערן די הערצער פון די פאטערס צו די קינדער און די ווידערשפעניקע—צו דער פארשטענדיקייט פון צדיקים, צו שאפן א צוגעגרייט פאלק פאר דעם האר (ה׳). (מלאכי ד, ה-ו; ישעיהו מ, ג.)


האט יוחנן געענטפערט זאגנדיק צו אלעמען: איך טובל אייך טאקע מיט וואסער אין א מקווה, עס קומט אבער א שטארקערער פון מיר; וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן דאס שנירל פון זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער;


און ער איז געקומען אין דער גאנצער אומגעגנט פון ירדן און האט אויסגערופן א מקווה פון תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד,


יוחנן האט עדות געזאגט וועגן אים, און אויסגערופן, אזוי צו זאגן: ער איז עס, וועגן וועמען איך האב געזאגט: דער, וואס קומט נאך מיר, איז געווען פאר מיר, ווייל ער איז געווען פארויס פאר מיר.


ער איז דאס, פון וועמען איך האב געזאגט: נאך מיר קומט א מאן, וועלכער איז געווען פאר מיר; ווייל ער איז געווען פארויס פאר מיר.


ווייל יוחנן האט געטובלט מיט וואסער אין דער מקווה, איר אבער וועט געטובלט ווערן אין דער מקווה מיט דעם רוח הקודש נישט אין פיל טעג ארום.


האט פוילוס געזאגט: יוחננס מקווה איז געווען א מקווה פון תשובה, זאגנדיק צום פאלק, אז זיי זאלן גלויבן אין דעם, וועלכער וועט קומען נאך אים, דאס הייסט אין יהושען/ישוען.


און ווי זיי זענען אזוי געפארן אויפן וועג, זענען זיי געקומען צו א וואסער; און דער סריס האט געזאגט: זע, א וואסער; וואס שטערט מיר געטובלט צו ווערן אין דער מקווה?


און האט באפוילן אפצושטעלן דעם רייטוואגן, און ביידע זענען אראפגעגאנגען אין וואסער אריין, פיליפוס און דער סריס; און ער האט אים געטובלט אין דער מקווה,


ווארום אין איין גייסט זענען מיר אלע געטובלט געווארן אין דער מקווה צו איין גוף, סאי יידן סאי גריכן, סאי קנעכט סאי פרייע (מענטשן); און מיר זענען אלע אנגעטרונקען געווארן מיט איין גייסט.


מיר, דעם קלענסטן פון אלע קדושים, איז געגעבן געווארן דער דאזיקער חסד, אנצוזאגן צו די אומות (העולם) די בשורה פון משיחס נישט אויספארשבארער עשירות;


נישט דורך (מחמיר חומרא געזעץ) מעשים פון צדקות, וואס מיר האבן געטאן, נאר לויט זיין בארעמהארציקייט האט ער אונדז דערלייזט, דורך דער מקווה פון ווידערגעבורט און באנייאונג פון דעם רוח הקודש,


פונקט אזוי, איר יונגערע, אונטערטעניקט זיך צו די זקנים, און אלע זאלט איר זיך אנקליידן מיט עניוותדיקייט איינער לגבי דעם אנדערן; ווייל ה׳ שטעלט זיך אנטקעגן די שטאלצע, די נידריקע אבער גיט ער חן. (משלי ג, לד.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ