און בשעת די דאזיקע זענען אוועקגעגאנגען, האט יהושע/ישוע אנגעהויבן צו זאגן צו די המונים מענטשן וועגן יוחנן: וואס זענט איר ארויסגעגאנגען אין דער מדבר אריין זען? א שטעקל געשאקלט פון ווינט?
מחמת יוחנן איז געקומען צו אייך אויף דעם וועג פון גערעכטיקייט און איר האט נישט געגלויבט אין אים. די שטייער אויפמאנער אבער און די זונות האבן אים יא געגלויבט, און איר, הגם איר האט עס געזען, האט אפילו שפעטער נישט חרטה געהאט, כדי אים צו גלויבן.