9 און זע, יהושע/ישוע איז זיי אנטקעגנגעקומען, און געזאגט: שלום! און זיי זענען צוגעגאנגען און האבן אים אנגענומען ביי די פיס, און זיך געבוקט צו אים.
און די, וואס זענען געווען אין שיפל, האבן זיך געבוקט צו אים, און געזאגט: דו ביסט באמת ה׳ס זון!
און דאס שלום אפגעבן אויף די מערקפלעצער, און פון לייטן גערופן צו ווערן רבי!
דאן זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט נישט קיין מורא! גייט און זאגט מיינע ברידער, אז זיי זאלן גיין קיין גליל, און דארטן וועלן זיי מיך זען.
און ווען זיי האבן אים געזען, האבן זיי זיך געבוקט; א טייל אבער האבן געצווייפלט.
און זיי זענען איילנדיק אוועק פון קבר מיט מורא און גרויסער שמחה, און זענען געלאפן עס אנצוזאגן צו זיינע תלמידים.
און אריינקומענדיק צו איר האט ער געזאגט: שלום דיר, דו מיט גנאד באשענקטע, דער האר (ה׳) איז מיט דיר.
און זיי האבן זיך אומגעקערט קיין ירושלים מיט גרויס פרייד;
און האט זיך געשטעלט פון הינטן ביי זיינע פיס, און האט אנגעהויבן צו באנעצן זיינע פיס מיט אירע טרערן, און זיי אפגעווישט מיט די האר פון איר קאפ, און האט געקושט זיינע פיס און זיי געזאלבט מיט דער מירע.
און מרים האט גענומען א פונט לויטערן, קאסטבארן נרדזאלבאייל, און געזאלבט (דערמיט) די פיס פון יהושען/ישוען, און אפגעווישט זיינע פיס מיט אירע האר; און דאס הויז האט זיך אנגעפילט מיט דעם ריח פון דעם זאלבאייל.
און אין יענעם טאג אין אוונט, דעם ערשטן פון דער וואך, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, וואו די תלמידים האבן זיך געפונען, אויס מורא פאר די יידן, איז יהושע/ישוע געקומען און האט זיך געשטעלט אין דער מיט, און זאגט צו זיי: שלום עליכם!
האט תומא געענטפערט און געזאגט צו אים: מיין האר און מיין ג‑ט!
צולעצט, ברידער, פריידט זיך, זייט שלמותדיק, טרייסט זיך, האט אחדות אין אייער מחשבה, לעבט בשלום; און דער ג‑ט פון ליבע און שלום וועט זיין מיט אייך.
זע, איך גיב פון דער בית הכנסת (פארפירן דורך) שׂטן די, וועלכע זאגן וועגן זיך, אז זיי זענען יידן, און זענען עס נישט, נאר זאגן שקרים; אָט וועל איך זיי מאכן קומען און זיך בוקן פאר דיינע פיס, און זיי וועלן וויסן, אז איך האב דיך ליב.