2 און זע, עס איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש; מחמת א מלאך פון דעם האר (ה׳) איז אראפגעקומען פון הימל, און איז צוגעגאנגען און האט אוועקגעקייקלט דעם שטיין, און זיך אנידערגעזעצט אויף אים.
און האט אים אריינגעלייגט אין זיין נייעם קבר, וואס ער האט אויסגעהאקט אין דעם פעלדזן, און האט ארויפגעוועלגערט א גרויסן שטיין אויף דער טיר פון קבר, און איז אוועקגעגאנגען.
און זיי זענען געגאנגען, און האבן פארזיכערט דאס קבר מיט דער וואך, און פארחתמעט דעם שטיין.
און דעם ערשטן טאג פון דער וואך אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען פינסטער, קומט מרים פון מגדלה צום קבר, און זעט דעם שטיין אוועקגענומען פון קבר.
איז פלוצלונג געווארן א גרויסע ערדציטערניש, אזוי, אז די פונדאמענטן פון דער תפיסה זענען דערשיטערט געווארן, און אין אן אויגנבליק האבן זיך אלע טירן אויפגעעפנט, און אלעמענס קייטן זענען לויז געווארן.
און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט ביינאכט אויפגעעפנט די טירן פון דעם געפענקעניש, און זיי ארויסגעפירט, און געזאגט:
און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.
צו זיי איז עס אנטפלעקט געווארן, אז נישט פאר זיך אליין, נאר פאר אייערטוועגן האבן זיי געדינט די דאזיקע זאכן, וואס זענען אייך איצט אנגעזאגט געווארן דורך די, וועלכע האבן אייך געברענגט די בשורה טובה דורך דעם רוח הקודש, וואס איז געשיקט געווארן פון הימל; זאכן, אין וועלכע מלאכים גארן אריינצוקוקן.
און עס האט זיך אויפגעמאכט דער היכל פון ה׳ אין הימל, און אין זיין היכל האט זיך באוויזן דער ארון הברית; און עס זענען געקומען בליצן און קולות און דונערן און אן ערדציטערניש און א געוואלדיקער האגל.