44 און דאס זעלביקע האבן אויך די גזלנים, וואס זענען אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן מיט אים, אים פארגעווארפן.
צו דער צייט ווערן מיט אים אויפגעהאנגען אויף א בוים צוויי גזלנים, איינער פון דער רעכטער זייט, און איינער פון דער לינקער זייט.
דער משיח, דער קעניג פון ישראל! זאל ער איצט אראפשטייגן פון בוים, כדי מיר זאלן זען און גלויבן! אויך די, וואס זענען מיט אים אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן, האבן אים מבזה געווען.
ווארום משיח האט אויך נישט געזוכט זיך אליין צו געפעלן, נאר ווי עס שטייט געשריבן: די חרפות, וואס דיינע באליידיקער האבן דיר אנגעטאן, זענען געפאלן אויף מיר. (תהלים סט, י.)
אויב אבער עמיצן פון אייך פעלט חכמה, זאל ער בעטן ביי ה׳, וועלכער גיט שפעדיק יעדן איינעם און מאכט נישט צו שאנד, און עס וועט אים געגעבן ווערן.