4 אזוי צו זאגן: איך האב געזינדיקט, פארראטנדיק אומשולדיק בלוט! זיי אבער האבן געזאגט: וואס גייט דאס אונדז אָן? זארג דו וועגן דעם!
און בשעת ער איז געזעסן אויף דעם כסא המשפט, האט זיין ווייב צו אים געשיקט, אזוי צו זאגן: זאלסט גארנישט האבן צו טאן מיט דעם דאזיקן צדיק; מחמת איך האב היינט א סך געליטן אין א חלום דורך אים!
און דער אפיציר און די מיט אים, וואס האבן באוואכט יהושען/ישוען, ווען זיי האבן געזען די ערדציטערניש, און וואס עס איז געשען, האבן זיך זייער געפארכטן, און געזאגט: ער איז באמת געווען דער זון פון דער אויבערשטער!
און צום דריטן מאל האט ער צו זיי געזאגט: וואס פאר א בייז האט ער דען געטאן? איך האב נישט געפונען קיין שום טויט שולד אין אים; איך וועל אים דעריבער לאזן געבן שלעק און באפרייען.
מיר טאקע מיט רעכט; ווארום מיר האבן באקומען דאס, וואס אונדזערע מעשים זענען ווערט געווען; ער אבער האט דאך נישט געטאן קיין שום עוולה!
ווי אבער דער אפיציר האט געזען, וואס עס איז געשען, האט ער אפגעגעבן כבוד צו ה׳, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש איז באמת געווען א צדיק!
האבן די יידן אים געענטפערט: מיר האבן א תורה, און לויט דער תורה איז ער חייב מיתה, ווייל ער האט זיך געמאכט פאר ה׳ס זון.
און הגם זיי האבן נישט געפונען קיין טויטשולד אין אים, האבן זיי דאך פארלאנגט פון פילאטוסן, אז ער זאל אומגעברענגט ווערן.
מיר אבער ווייסן, אז וואס די תורה זאגט, איז עס גערעדט געווארן צו די, וועלכע זענען אונטער דער תורה, כדי איטלעכס מויל זאל פארשטאפט ווערן און די גאנצע וועלט זאל זיין שולדיק פאר ה׳;
דורך דער צביעות פון ליגנער, וואס טראגן אין זייער אייגן געוויסן א צייכן אויסגעברענט ווי מיט א גליענדיק אייזן,
זיי זאגן, אז זיי קענען ה׳, פארלייקענען אים אבער מיט זייערע מעשים, זייענדיק אומווירדיקע און ווידערשפעניקע און וואס טויגן נישט צו קיין שום מעשים טובים.
ווארום פאר אונדז איז געווען פאסן אזא כהן גדול, (וואס איז) הייליק, אומשולדיק, לויטער, אפגעזונדערט פון חוטאים און דערהייבט איבער די הימלען;
נאר מיט דעם טייערן בלוט פון דעם משיח, ווי פון א לעמעלע אָן א מום און אָן א פלעק; (שמות יב, ה.)
נישט ווי קין, וועלכער איז געווען פון דעם בייזן און האט געהרגעט זיין ברודער. און פארוואס האט ער אים געהרגעט? ווייל זיינע מעשים זענען געווען בייז, זיין ברודערס (מעשים) אבער זענען געווען גערעכט. (בראשית ד, ד-ח.)
און די איינוואוינער אויף דער ערד פרייען זיך איבער זיי, און זענען זיך משמח; און וועלן זיך שיקן מתנות איינער דעם אנדערן; ווייל די דאזיקע צוויי נביאים האבן געפייניקט די איינוואוינער אויף דער ערד.