23 און ער האט געזאגט: וואס פאר א בייז האט ער דען געטאן? זיי אבער האבן נאך מער געשריגן, אזוי צו זאגן: ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים!
זאגט פילאטוס צו זיי: און וואס זאל איך טאן מיט יהושען/ישוען, וואס מען רופט אים משיח? זאגן אלע: ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים!
און ווען פילאטוס האט געזען, אז ער פועלט גארנישט, נאר אז עס ווערט א גרעסערע מהומה, האט ער גענומען וואסער און זיך אפגעוואשן די הענט פאר דעם המון מענטשן, און געזאגט: איך בין אומשולדיק וואס שייך דעם דאזיקן צדיקס בלוט; איר זעט.
האט פילאטוס געזאגט צו די הויפט כהנים און צו די המונים מענטשן; איך געפין נישט קיין שום שולד אין דעם דאזיקן מענטשן!
און הגם זיי האבן נישט געפונען קיין טויטשולד אין אים, האבן זיי דאך פארלאנגט פון פילאטוסן, אז ער זאל אומגעברענגט ווערן.
און ווען דאס מחלוקה איז געווארן (גאר) גרויס, האט דער הויפטמאן, מורא האבנדיק, אז פוילוס זאל פון זיי נישט צעריסן ווערן, באפוילן דאס מיליטער אראפצוגיין און אים א כאפ צו טאן פון זייער מיט, און אריינצופירן אין דער פעסטונג אריין.
און זיי האבן א געשריי געטאן מיט א הויך קול און זיך פארשטאפט די אויערן, און אלע אינאיינעם האבן זיך א ווארף געטאן אויף אים,