Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 27:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און האבן אים געבונדן, און אוועקגעפירט, און איבערגעגעבן צו פילאטוסן, דעם גובערנאטאר.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 27:2
25 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם) צו פארשפאטן, און שמייסן, און אויפהענגען אויף דער בוים, און דעם דריטן טאג וועט ער אויפשטיין.


און אויב דאס דאזיקע וועט קומען צום גובערנאטארס אויערן, וועלן מיר אים איבעררעדן און מאכן, אז איר זאלט נישט האבן קיין זארגן.


און אין דער דאזיקער צייט זענען אייניקע געקומען און האבן אים דערציילט וועגן די גלילים, וועמעס בלוט פילאטוס האט אויסגעמישט מיט זייערע קרבנות.


און זיי האבן געלויערט אויף אים, און געשיקט שפיאנען, וואס האבן זיך פארשטעלט פאר צדיקים, כדי אים צו פאנגען מיט א ווארט, אז זיי זאלן אים איבערגעבן צו דער ממשלה און דער מאכט פון דעם גובערנאטאר.


און זייער גאנצע עדה איז אויפגעשטאנען, און אים אוועקגעפירט צו פילאטוסן.


און הורדוס און פילאטוס זענען געווארן פריינד איינער מיטן אנדערן אין דעם זעלביקן טאג; ווארום פריער האט געהערשט א שנאה צווישן זיי.


און אין דעם פופצענטן יאר פון דער הערשאפט פון קיסר טיבעריוס, בעת פאנטיוס פילאטוס איז געווען גובערנאטאר פון יהודה, און הורדוס איז געווען טעטרארך פון גליל, און פיליפוס, זיין ברודער, איז געווען טעטרארך פון איטורעא און פון דער געגנט טראכאניטיס, און ליזיאנוס איז געווען טעטרארך פון אבילענע,


און די אפטיילונג (סאלדאטן) מיט דעם אפיציר און די משרתים פון די יידן האבן געכאפט יהושען/ישוען און אים געבונדן (עקידה),


און חנן האט אים אוועקגעשיקט א געבונדענעם (עקידה) צו קיפא דעם כהן גדול.


דאן האט מען יהושען/ישוען אוועקגעפירט פון קיפא צום פרעטאריום; און עס איז געווען פרי; און זיי זענען נישט אריינגעגאנגען אין פרעטאריום, כדי זיי זאלן זיך נישט מטמא זיין, נאר זאלן (קענען) עסן דאס קרבן פסח.


און ווען הורדוס האט אים שוין געזאלט ארויספירן, איז פעטרוס יענע נאכט געשלאפן צווישן צוויי זעלנער, מיט צוויי קייטן געבונדן; און לייט אויף דער וואך ביי דער טיר האבן געהיטן די תפיסה.


דאן איז דער הויפטמאן צוגעגאנגען, האט אים ארעסטירט, און באפוילן מען זאל אים בינדן מיט צוויי קייטן, און האט געפרעגט, ווער ער איז, און וואס ער האט געטאן.


ווי אבער מען האט אים אויסגעצויגן צום שמייסן, האט פוילוס געזאגט צום אפיציר, וואס איז געשטאנען דערנעבן: צי איז אייך דען דערלויבט צו שמייסן א מענטשן, וואס איז א רוימישער בירגער און וועלכער איז נישט פארמשפט?


און די, וואס האבן אים געזאלט אויספארשן, זענען דעריבער גלייך אוועקגעגאנגען פון אים; און דער הויפטמאן האט זיך געפארכטן, דערוויסנדיק זיך, אז ער איז א רוימער, און אז ער האט אים געלאזט בינדן.


און ווען צוויי יאר זענען פארפלאסן, האט פעליקס באקומען פארציוס פעסטוסן צום נאכפאלגער; און וועלנדיק ארויסווייזן די יידן א חסד, האט פעליקס איבערגעלאזט פוילוסן אין תפיסה.


און צוליב דער דאזיקער סיבה האב איך אייך גערופן, כדי אייך צו זען און צו אייך צו רעדן, ווארום וועגן דער האפענונג פון ישראל בין איך געבונדן מיט דער דאזיקער קייט.


דער ג‑ט פון אברהם און יצחק און יעקב, דער ג‑ט פון אונדזערע אבות, האט פארהערלעכט זיין קנעכט יהושע/ישוע, וועמען איר האט איבערגעגעבן, און פארלייקנט פאר פילאטוסן, ווען ער האט באשלאסן אים צו באפרייען.


ווארום באמת אין דער דאזיקער שטאט האבן זיך פארזאמלט קעגן דיין הייליקן קנעכט יהושע/ישוע, וועמען דו האסט געזאלבט, הורדוס און פאנטיוס פילאטוס מיט די אומות (העולם) און די פעלקער ישראל,


און ביי אים געבעטן בריוו צו די שולן אין דמשק, כדי ווען ער וועט געפינען אייניקע, וואס האלטן זיך ביי דעם דרך (ה׳), סאי מענער סאי פרויען, זאל ער זיי ברענגען אין קייטן קיין ירושלים.


איך באפעל דיר פאר ה׳, וועלכער מאכט אלץ לעבעדיק, און פאר משיח יהושע/ישוע, וועלכער האט עדות געזאגט פאר פאנטיוס פילאטוסן די גוטע באקענונג,


פאר וועלכער איך לייד אזש ביז קייטן, ווי א פארברעכער; נאר ה׳ס ווארט איז נישט געבונדן.


געדענקט די געפאנגענע, ווי איר אליין וואלט געווען מיטגעפאנגענע, און די ליידנדיקע, אזויווי איר זענט אויך נאך אין דעם גוף.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ