16 און זיי האבן דעמאלט געהאט א גוט באקאנטן געפאנגענעם, וואס האט געהייסן בר‑אבא.
און אויף יעדן יום טוב איז דער גובערנאטאר געווען געוואוינט צו באפרייען פאר דעם פאלק איין געפאנגענעם, וועמען זיי האבן געוואלט.
דעריבער ווען זיי האבן זיך פארזאמלט, האט פילאטוס צו זיי געזאגט: וועמען ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען, בר‑אבאן אדער יהושען/ישוען, וואס מען רופט אים משיח?
און עס איז געווען איינער, וואס מען האט אים גערופן בר‑אבא, געבונדן צוזאמען מיט די בונטארן, וועלכע האבן אפגעטאן א רציחה בשעת אן אויפשטאנד.
און האט באפרייט דעם, וואס איז אריינגעווארפן געווארן אין געפענקעניש אריין צוליב אן אויפשטאנד און מערדעריי, וועמען זיי האבן באגערט; יהושען/ישוען אבער האט ער איבערגעגעבן צו זייער ווילן.
און זיי האבן ווידער א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: נישט דעם דאזיקן, נאר בר‑אבאן! און דער בר‑אבא איז געווען א בונטאר.
איר אבער האט פארלייקנט דעם קדוש און צדיק, און פארלאנגט אז א מאן א רוצח זאל אייך באגנעדיקט ווערן,
וועלכע, הגם וויסנדיק פון ה׳ס משפט, אז די, וואס טאן די דאזיקע זאכן, זענען חייב מיתה, האבן זיי נישט נאר די דאזיקע זאכן געטאן, נאר זענען נאך צופרידן מיט די, וואס טאן זיי.
גיט אפ שלום אנדראניקוסן און יוניוסן, מיינע קרובים און מיינע מיטגעפאנגענע, וועלכע זענען בארימט צווישן די שליחים, און זענען שוין געווען אינם משיח פאר מיר.