14 און ער האט אים נישט געענטפערט, אפילו נישט אויף איין איינציק ווארט, אזוי, אז דער גובערנאטאר האט זיך זייער געוואונדערט.
יהושע/ישוע אבער האט געשוויגן. און דער כהן גדול האט געזאגט צו אים: איך באשווער דיך ביי דעם לעבעדיקן ג‑ט, אז דו זאלסט אונדז זאגן, צי דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער!
און ווען ער איז אנגעקלאגט געווארן דורך די הויפט כהנים און זקנים, האט ער גארנישט געענטפערט.
דעמאלט זאגט פילאטוס צו אים: דו הערסט נישט, וואס זיי זאגן אלץ אויס קעגן דיר?
יהושע/ישוע אבער האט מער גארנישט געענטפערט; אזוי אז פילאטוס האט זיך געוואונדערט. (ישעיהו נג, ז.)
און ער האט אים געשטעלט א סך קשיות; ער אבער האט אים גארנישט געענטפערט.
און איז ווידער אריינגעגאנגען אינם פרעטאריום און האט געזאגט צו יהושען/ישוען: פונוואנען ביסטו? יהושע/ישוע אבער האט אים נישט געגעבן קיין ענטפער.
ווארום עס שיינט מיר אויס, אז ה׳ האט אונדז, די שליחים, אויסגעשטעלט אלס (סאמע) לעצטע, ווי פארמשפטע צום טויט; ווייל מיר זענען געווארן א ספעקטאקל פאר דער וועלט און פאר מלאכים און פאר מענטשן.