Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 27:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 און צומארגנס אינדערפרי האבן אלע הויפט כהנים און זקנים פון פאלק אנגענומען א באשלוס קעגן יהושען/ישוען, כדי אים צו טייטן;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 27:1
16 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

וויי איז אבער צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארשליסט דאס מלכות השמים פאר די מענטשן. ווארום איר גייט נישט אריין, און די אריינקומענדיקע לאזט איר נישט אריינגיין.


און באלד אינדערפרי האבן זיך די הויפט כהנים באראטן מיט די זקנים און סופרים, און דאס גאנצע סנהדרין—האבן געבונדן יהושען/ישוען, און אים אוועקגעפירט, און איבערגעגעבן צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ח.)


און אין דער דאזיקער צייט זענען אייניקע געקומען און האבן אים דערציילט וועגן די גלילים, וועמעס בלוט פילאטוס האט אויסגעמישט מיט זייערע קרבנות.


און ווי עס איז געווארן טאג, זענען זיך צוזאמענגעקומען די זקנים פון פאלק, די הויפט כהנים און סופרים, און האבן אים אוועקגעפירט צו זייער סנהדרין, און געזאגט:


דאן האט מען יהושען/ישוען אוועקגעפירט פון קיפא צום פרעטאריום; און עס איז געווען פרי; און זיי זענען נישט אריינגעגאנגען אין פרעטאריום, כדי זיי זאלן זיך נישט מטמא זיין, נאר זאלן (קענען) עסן דאס קרבן פסח.


און ווען זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי אינדערפרי אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין און האבן געלערנט. אבער דער כהן גדול איז געקומען און די, וואס זענען געווען מיט אים, און האבן צונויפגערופן דאס סנהדרין און אלע זקנים פון די בני ישראל, און געשיקט צו דער תפיסה, מען זאל זיי ברענגען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ