61 און האבן געזאגט: דער דאזיקער האט געזאגט: איך בין בכוח צו צעשטערן דעם היכל פון ה׳, און אים אויפצובויען אין דריי טאג.
ווען די פרושים אבער האבן עס געהערט, האבן זיי געזאגט: ער טרייבט נישט ארויס קיין בייזע גייסטער, אחוץ דורך דעם בעל‑זבול, דעם שר פון די בייזע גייסטער!
און דער כהן גדול האט זיך אויפגעשטעלט, און געזאגט צו אים: דו ענטפערסט גארנישט? וואס איז דאס, וואס זיי זאגן עדות קעגן דיר?
און איז ארויסגעגאנגען צום פאדערהויז, און אן אנדערע האט אים דערזען, און זאגט צו די מענטשן דארטן: דער דאזיקער איז געווען מיט יהושע/ישוע פון נצרת!
און זאגנדיק; דו, וואס צעשטערסט דעם היכל, און בויסט אים אויף אין דריי טאג, ראטעווע דיך אליין! אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, קום אראפ פון בוים!
און ער האט א ווארף געטאן די זילבער שטיק אין היכל אריין, און איז אוועק! און איז געגאנגען און האט זיך אויפגעהאנגען.
מיר האבן אים געהערט זאגן: איך וועל צעשטערן דעם דאזיקן היכל, וואס איז מיט הענט געמאכט געווארן. און אין דריי טעג וועל איך אויפבויען אן אנדערן, וואס איז נישט געמאכט מיט הענט.
און די פארבייגייער האבן אים געלעסטערט, שאקלענדיק זייערע קעפ, און זאגנדיק: הא! דו, וואס צעשטערסט דעם היכל, און בויסט אים אויף אין דריי טעג,
און זיי האבן אנגעהויבן אים צו באשולדיקן, אזוי צו זאגן: דעם דאזיקן האבן מיר געפונען פארפירן אונדזער פאלק, און ער פארווערט צו צאלן שטייערן צום קיסר; ער זאגט אויך, אז ער איז דער (רבי) מלך המשיח.
מיר ווייסן, אז ה׳ האט גערעדט צו משהן; אבער וואס שייך דעם דאזיקן, ווייסן מיר נישט, פונוואנען ער איז.
און אויך אייניקע פון די עפיקורעישע און סטאישע פילאזאפן האבן זיך געפלפולט מיט אים. און אייניקע האבן געזאגט: וואס וויל דער דאזיקער פלאפלער זאגן? אנדערע אבער (האבן געזאגט): ער שיינט אויס צו זיין א מגיד פון פרעמדע ג‑טער—ווייל ער האט אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען און תחית המתים.
און געזאגט: דער דאזיקער מאן רעדט איבער די מענטשן צו דינען ה׳ להיפך דער תורה.
און זיי האבן אים אויסגעהערט ביז צו דעם דאזיקן ווארט; און האבן אויפגעהויבן זייער קול, זאגנדיק: פארטיליק אזא מענטשן פון דער ערד; ווארום ער איז נישט ווערט וואס ער לעבט!