56 דאס אלץ אבער איז געשען, כדי די שריפטן פון די נביאים זאלן דערפילט ווערן. דעמאלט האבן אלע תלמידים אים פארלאזט, און זענען אנטלאפן.
זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט איר קיינמאל נישט געלייענט אין די כתובים? דער שטיין, וואס די בוימייסטערס האבן פארווארפן, איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל. פונם האר (ה׳) איז דאס געשען, און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן. (תהלים קיח, כב-כג.)
דער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט גארנישט געבוירן געווארן.
דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו זיי: איר אלע וועט געשטרויכלט ווערן אין מיר אין דער דאזיקער נאכט; מחמת עס שטייט געשריבן: איך וועל שלאגן דעם פאסטוך, און די שאף פון דער סטאדע וועלן צעשפרייט ווערן. (זכריה יג, ז.)
און וויאזוי זשע וואלטן די כתבי (הקודש) געקענט דערפילט ווערן, אז אָט אזוי מוז עס געשען?
זע, עס קומט א שעה, און איז שוין אנגעקומען, אז איר זאלט צעשפרייט ווערן, יעדער איינער צו די זייניקע, און מיך וועט איר איבערלאזן איינעם אליין; און איך בין (דאך) נישט איינער אליין, ווייל דער פאטער איז מיט מיר.
ברידער, עס האט געמוזט דערפילט ווערן דער פסוק, וואס דער רוח הקודש האט פארויסגעזאגט דורך דודס מויל וועגן יהודהן, וועלכער איז געווארן א וועגווייזער פאר די, וואס האבן געפאנגען גענומען יהושען/ישוען.
דעם דאזיקן, וואס איז איבערגעגעבן געווארן לויט ה׳ס אויסדריקלעכער עצה און פארויסוויסן, האט איר גענומען און דורך די הענט פון רשעים אויפגעהאנגען אויף דער בוים און אומגעברענגט;
ביי מיין ערשטער פארטיידיקונג איז קיינער נישט געשטאנען ביי מיר, נאר אלע האבן מיך פארלאזט; זאל עס זיי נישט צוגערעכנט ווערן!