51 און זע, איינער פון די, וואס זענען געווען מיט יהושען/ישוען, האט אויסגעשטרעקט די האנט, און ארויסגעצויגן זיין שווערד, און האט געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט, און אים אפגעהאקט אן אויער.
זאגט פעטרוס צו אים: און אויב איך זאל מוזן שטארבן מיט דיר, וועל איך דיך בשום אופן נישט פארלייקענען! דעסגלייכן האבן אויך אלע תלמידים געזאגט.
איינער אבער פון די, וואס זענען געשטאנען דערביי האט ארויסגעצויגן די שווערד, און געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט, און אים אפגעהאקט אן אויער.
ער אבער האט זיך אויסגעדרייט און אנגעשריגן אויף זיי;
האט יהושע/ישוע געענטפערט: מיין מלכות איז נישט פון דער דאזיקער וועלט; אויב מיין מלכות וואלט יא געווען פון דער דאזיקער וועלט, וואלטן מיינע משרתים געקעמפט, כדי איך זאל נישט איבערגעגעבן ווערן צו די יידן; איצט אבער איז מיין מלכות נישט פונדאנען.
ווייל די כלי זין פון אונדזער מלחמה זענען נישט פליישלעך, נאר מעכטיק פאר ה׳ צום צעשטערן פעסטונגען.