40 און ער גייט צו צו די תלמידים, און געפינט זיי שלאפן, און זאגט צו פעטרוסן: אזוי, איר האט נישט געקענט וואכן מיט מיר איין שעה?
און ער קומט, און געפינט זיי שלאפן, און זאגט צו פעטרוסן: שמעון, דו שלאפסט? ביסט נישט אימשטאנד געווען איין שעה וואך צו בלייבן?
און ווען ער איז אויפגעשטאנען נאך דער תפילה און איז געקומען צו די תלמידים, האט ער זיי געפונען שלאפן פאר צער.
און ער איז געקומען און האט זיי ווידער געפונען שלאפן; מחמת זייערע אויגן זענען געווען שווער.
פעטרוס אבער און די, וואס זענען געווען מיט אים, זענען פארזונקען אין א שווערן שלאף; און אויפכאפנדיק זיך, האבן זיי געזען זיין הערלעכקייט און די צוויי מענער, וואס זענען געשטאנען מיט אים.
זאגט פעטרוס צו אים: און אויב איך זאל מוזן שטארבן מיט דיר, וועל איך דיך בשום אופן נישט פארלייקענען! דעסגלייכן האבן אויך אלע תלמידים געזאגט.
דעמאלט זאגט ער צו זיי: מיין נפש איז טיף באטריבט, ביז צום טויט! בלייבט דא, און וואכט מיט מיר!
און בשעת דער חתן האט זיך געזאמט, האבן אלע געדרעמלט און זענען איינגעשלאפן.
האלט וואך און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון! דער גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש אבער איז שוואך.