32 נאר נאך מיין אויפשטיין, וועל איך פארויסגיין פאר אייך קיין גליל.
פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע המשיח אנגעהויבן צו ווייזן זיינע תלמידים, אז ער מוז גיין קיין ירושלים, און ליידן א סך פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים, און געטייט ווערן, און דעם דריטן טאג אויפשטיין.
און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם) צו פארשפאטן, און שמייסן, און אויפהענגען אויף דער בוים, און דעם דריטן טאג וועט ער אויפשטיין.
פעטרוס אבער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: אפילו ווען אלע וועלן געשטרויכלט ווערן אין דיר, וועל איך מיך קיינמאל נישט שטרויכלען!
דאן זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט נישט קיין מורא! גייט און זאגט מיינע ברידער, אז זיי זאלן גיין קיין גליל, און דארטן וועלן זיי מיך זען.
די עלף תלמידים אבער זענען געגאנגען קיין גליל צו דעם בארג, וואואהין יהושע/ישוע האט זיי באשטימט.
נאר נאך מיין אויפשטיין, וועל איך אייך פארויסגיין קיין גליל.
נאר גייט, זאגט זיינע תלמידים און פעטרוסן, אז ער גייט פארויס פאר אייך קיין גליל; דארט וועט איר אים זען, לויט ווי ער האט אייך געזאגט.
דערנאך האט ער זיך באוויזן צו מער ווי פינף הונדערט ברידער אויף איינמאל, דאס רוב פון וועלכע לעבט נאך ביז איצט, אייניקע אבער זענען שוין איינגעשלאפן;