30 און זיי האבן אפגעזונגען הלל, און זענען ארויסגעגאנגען צום הר הזיתים.
און ווען זיי האבן זיך דערנענטערט צו ירושלים, און זענען געקומען קיין בית‑פגי, ביים הר הזיתים, האט יהושע/ישוע דעמאלט געשיקט צוויי פון זיינע תלמידים,
איך זאג אייך אבער, איך וועל מער נישט טרינקען פון איצט אָן פון דער פרוכט פונם וויינשטאק, ביז צו יענעם טאג, ווען איך וועל דאס טרינקען מיט אייך ניי אין דעם קעניגרייך פון מיין פאטער.
און בייטאג איז ער געווען אינם בית המקדש און האט געלערנט, און ביינאכט איז ער ארויסגעגאנגען און האט איבערגענעכטיקט אויפן בארג, וואס מען האט אים גערופן הר הזיתים.
שמעון, שמעון, זע, דער שׂטן האט זיך אויסגעבעטן, אייך צו זיפען ווי ווייץ;
און ער איז ארויסגעגאנגען, און איז אוועק, ווי עס איז געווען זיין געוואוינהייט, צום הר הזיתים; און די תלמידים האבן אים אויך נאכגעפאלגט.
נאר כדי די וועלט זאל וויסן, אז איך האב ליב דעם פאטער, און ווי דער פאטער האט מיר געבאטן, אזוי טו איך. שטייט אויף; לאמיר אוועקגיין פונדאנען.