3 דעמאלט האבן זיך פארזאמלט די הויפט כהנים, און די זקנים פון פאלק, אין דעם הויף פון דעם כהן גדול, וואס האט געהייסן קיפא;
און פעטרוס איז געזעסן אינדרויסן אויפן הויף. און א דינסטמויד איז צוגעקומען צו אים, און האט געזאגט: אויך דו ביסט געווען מיט יהושע/ישוע הגלילי!
דערנאך האבן דעם גובערנאטארס זעלנער גענומען יהושען/ישוען אין פרעטאריום אריין, און האבן פארזאמלט ארום אים די גאנצע אפטיילונג.
און פעטרוס האט אים נאכגעפאלגט פונדערווייטנס, ביז אינעווייניק אריין אין דעם הויף פון דעם כהן גדול; און איז געזעסן מיט די משרתים און האט זיך געווארעמט ביים פייער.
און בשעת פעטרוס איז געווען אונטן אין הויף, קומט איינע פון דעם כהן גדולס דינסטמוידן;
און די זעלנער האבן אים אוועקגעפירט אינעווייניק אין הויף אריין, דאס איז דאס פרעטאריום; און רופן צונויף די גאנצע ראטע.
און ווען זיי האבן אנגעצונדן א פייער אינמיטן הויף, און זיך אנידערגעזעצט צוזאמען, האט פעטרוס זיך אנידערגעזעצט צווישן זיי.
ווען חנן און קיפא זענען געווען כהנים גדולים, איז ה׳ס ווארט געקומען צו יוחנן בן זכריה אין דער מדבר.
און די הויפט כהנים און די פרושים האבן ארויסגעגעבן א באפעל, אז ווען עמיצער ווייסט וואו ער שטייט איין, זאל ער עס צו וויסן געבן, כדי זיי זאלן אים כאפן.
און חנן האט אים אוועקגעשיקט א געבונדענעם (עקידה) צו קיפא דעם כהן גדול.
דאן האט מען יהושען/ישוען אוועקגעפירט פון קיפא צום פרעטאריום; און עס איז געווען פרי; און זיי זענען נישט אריינגעגאנגען אין פרעטאריום, כדי זיי זאלן זיך נישט מטמא זיין, נאר זאלן (קענען) עסן דאס קרבן פסח.