34 באמת זאג איך אייך, דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז דאס אלץ וועט געשען;
און ווען זיי פארפאלגן אייך אין דער דאזיקער שטאט, אנטלויפט אין דער אנדערער אריין. מחמת באמת זאג איך אייך: איר וועט נישט דורכגיין די שטעט פון ישראל, ביז דער בר אנש וועט קומען.
דאן גייט ער, און נעמט מיט זיך זיבן אנדערע גייסטער, ערגערע ווי ער אליין, און זיי גייען אריין און וואוינען דארט; און דער סוף פון יענעם מענטשן ווערט ערגער ווי דער אנהויב. אָט אזוי וועט עס זיין מיט דעם דאזיקן בייזן דור.
באמת זאג איך אייך, אז אייניקע פון די, וואס שטייען דא, וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דעם בר אנש קומען אין זיין מלכות.
באמת זאג איך אייך, דאס אלץ וועט קומען אויף דעם דאזיקן דור.
כדי דאס בלוט פון אלע נביאים, וואס איז פארגאסן געווארן זינט דער וועלטבאשאפונג, זאל געפאדערט ווערן פון דעם דאזיקן דור,