Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 24:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 און ווען ער איז געזעסן אויפן הר הזיתים, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, בשעת זיי זענען געווען אליין, און האבן געזאגט: זאג אונדז, ווען וועט דאס געשען, און וואס וועט זיין דאס אות פון דיין קומען, און פון דעם קץ פון דער וועלט?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 24:3
23 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעמאלט האט ער אוועקגעשיקט די המונים מענטשן, און איז אריינגעגאנגען אין הויז. און זיינע תלמידים זענען געקומען צו אים, און האבן געזאגט: באשייד אונדז דאס משל פון דעם אומקרויט פון פעלד.


אָט אזוי וועט עס זיין ביים קץ פון דער וועלט. די מלאכים וועלן ארויסגיין, און וועלן אפשיידן די רשעים פון צווישן די צדיקים,


דעמאלט זענען די תלמידים געקומען, און געזאגט צו אים: ווייסט, אז די פרושים האבן געשטרויכלט הערנדיק דאס ווארט?


מחמת דער בר אנש וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט זיינע מלאכים; און דעמאלט וועט ער פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיינע מעשים.


באמת זאג איך אייך, אז אייניקע פון די, וואס שטייען דא, וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דעם בר אנש קומען אין זיין מלכות.


דעמאלט זענען די תלמידים צוגעגאנגען צו יהושען/ישוען, ווען זיי זענען געווען מיט אים אליין, און האבן געזאגט: פארוואס זענען מיר נישט געווען ביכולת אים ארויסצוטרייבן?


און ווען זיי האבן זיך דערנענטערט צו ירושלים, און זענען געקומען קיין בית‑פגי, ביים הר הזיתים, האט יהושע/ישוע דעמאלט געשיקט צוויי פון זיינע תלמידים,


מחמת אזויווי דער בליץ קומט ארויס פון מזרח, און שיינט ביז מערב, אזוי וועט זיין דאס קומען פון דעם בר אנש.


און דעמאלט וועט זיך באווייזן דאס צייכן פון דעם בר אנש אין הימל, און דעמאלט וועלן אלע משפחות פון דער ערד קלאגן, און וועלן זען דעם בר אנש קומען אויף די וואלקנס פון הימל מיט גרויס מאכט און הערלעכקייט. (דניאל ז, יג, יד.)


מחמת אזוי ווי עס איז געווען אין טעג פון נוח, אזוי וועט עס זיין ביי דעם קומען פון דעם בר אנש,


און האבן גארנישט געוואוסט ביז דאס מבול איז געקומען, און אלעמען אוועקגעטראגן; אזוי וועט אויך זיין ביים קומען פון דעם בר אנש.


דאס אבער זאלט איר וויסן, אז אויב דער בעל הבית וואלט געוואוסט אין וועלכן משמר דער גנב קומט, וואלט ער געהאלטן וואך, און נישט דערלאזט אונטערגראבן זיין הויז.


און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.


האבן זיי אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, און ווען וועט דאס זיין? און וואס איז דער סימן ווען דאס דארף געשען?


האט ער צו זיי געזאגט: עס איז נישט אייער זאך צו וויסן די צייטן אדער זמנים, וועלכע דער פאטער האט פעסטגעזעצט אין זיין מאכט.


ווייל אויב אזוי, וואלט ער באדארפן מערערע מאל ליידן זינט דעם אנהויב פון דער וועלט; איצט אבער ביים די סוף פון די צייטן איז ער דערשינען צו פארטיליקן די זינד דורך דעם קרבן פון זיך אליין.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ