16 דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין יהודה, אנטלויפן צו די בערג;
און ווען יהושע/ישוע איז געבוירן געווארן אין בית‑לחם יהודה, אין די טעג פון קעניג הורדוס, זע, שטערנזעער פונם מזרח זענען אנגעקומען קיין ירושלים,
דעריבער ווען איר זעט די אומווירדיקייט פון דער פארוויסטונג, וואס איז געזאגט געווארן דורך דניאל הנביא, שטיין אויף דעם מקום קדוש—זאל דער לייענער פארשטיין! (דניאל יב, יא.)—
דער, וואס איז אויפן דאך, זאל נישט אראפגיין נעמען עפעס פון זיין הויז;
דורך אמונה האט נוח, ווען ער איז געווארנט געווארן פון ה׳ בנוגע זאכן, וואס מען האט נאך נישט געזען, מיט יראת שמים געבויט א תיבה צו ראטעווען זיין הויזגעזינד; דורך וועלכער ער האט פאראורטיילט די וועלט און איז געווארן א יורש פון דער צדקות, וואס איז פון אמונה.