12 און דורך דעם וואס אומגערעכטיקייט וועט זיך פארפילפאכן, וועט די ליבע פון א סך זיך אפקילן.
און עס וועלן אויפשטיין פיל פאלשע נביאים, און פארפירן א סך.
ווער אבער עס האלט אויס ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן.
דעריבער, טוט אפ (פון זיך) יעדע אומריינקייט און איבערפלוס פון שלעכטסקייט, נעמט אָן מיט ענווה דאס איינגעפלאנצטע ווארט, וואס איז בכוח צו ראטעווען אייערע נשמות.
האב נישט מורא, וואס דו גייסט ליידן; זע, דער טייוול וועט אריינווארפן אייניקע פון אייך אין תפיסה אריין, כדי איר זאלט אויסגעפרואווט ווערן; און איר וועט האבן צרות צען טעג. זיי געטריי ביז צום טויט, און איך וועל דיר געבן די קרוין פון לעבן.
איך קען דיינע מעשים, אז דו ביסט נישט קאלט, נישט הייס; הלוואי וואלסט דו געווען קאלט אדער הייס.